No Place Like Home

4 עצות פֿאַר אײַער אויטאָ זומערצײַט

4 Summerime Tips for Your Car

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

  • Print
  • Share Share

* ווען איר זעצט זיך אַרײַן אינעם אויטאָ, נאָך איידער איר דרייט אָן דעם לופֿטקילער, עפֿנט די פֿענצטער און הייבט אָן פֿאָרן. דאָס וועט פֿאַרטרײַבן די הייסע לופֿט און עס פֿאַרבײַטן מיט פֿרישער קילער לופֿט. נאָך עטלעכע מינוט, פֿאַרמאַכט די פֿענצטער און שטעלט אָן דעם לופֿט־קילער.

* מײַדט אויס אַ הייסן קערעווער: איידער איר גייט אַרויס פֿון אויטאָ, דרייט דעם קערעווער (steering wheel) אויס אויף 180 גראַד, כּדי דער אינעווייניקסטער טייל פֿון קערעווער זאָל בלײַבן אין שאָטן. ווען איר זעצט זיך ווידער אַרײַן אין אויטאָ, דרייט דעם קערעווער אויס צוריק.

* אין אַ הייסן אויטאָ פֿאַרשטאַרקן זיך אַ מאָל די נישט־אײַנגענעמע ריחות. כּדי פּטור צו ווערן פֿון זיי, קלעפּט צו אַ פֿאַרווייכער־בלעטל (dryer sheet) איבערן לופֿטקילער. דרייט אָן דעם לופֿטקילער, וועט דער פּאַרפֿום פֿונעם בלעטל דערפֿרישן דעם גאַנצן אויטאָ.

* זיצן אויף דער זון איז נישט גוט פֿאַר מענטשן, און אויך נישט פֿאַר אויטאָס ווײַל די זונשטראַלן קאָנען שאַטן זײַן קאָליר, סײַ פֿון דרויסן, סײַ pui אינעווייניק. ווען נאָר מעגלעך, פּאַרקירט אין אַ גאַראַזש אָדער אין שאָטן. ס׳העלפֿט אויך צו קויפֿן אַ זון-שוץ (sunshade). שטעלט דעם זון־שוץ איבערן קאָנטראָלברעט, איידער איר פֿאַרלאָזט דעם אויטאָ, וועט דער אויטאָ נישט זײַן אַזוי הייס, ווען איר קערט זיך אום.


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.