No Place Like Home

אַ מורא זיך צו גריבלען אין די אייגענע מחשבֿות

A Fear of Introspection

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

  • Print
  • Share Share

ווען מע פֿרעגט מענטשן הײַנט, וואָס ס׳הערט זיך, ענטפֿערן זיי זייער אָפֿט: „כ׳בין שטאַרק פֿאַרנומען,‟ אָדער „משוגע פֿאַרנומען‟. און ס׳איז טאַקע אמת. ווען מ׳איז נישט בײַ דער אַרבעט, פֿירט מען די קינדער אויף פּיאַנע־לעקציעס; מע מאַכט פֿיזישע געניטונגען; מע פּלאַנירט אַ שׂימחה, אָדער מע האַלט אין מיטן אַ גרויסן פּראָיעקט ווי, למשל, פֿאָרשן די משפּחה־געשיכטע.

ווי אַ פּועל־יוצא איז אונדז פֿאַרבליבן זייער ווייניק צײַט פּשוט צו טראַכטן, מעדיטירן, רעפֿלעקטירן. אַפֿילו ווען עס געפֿינט זיך אַ געלעגנהייט — למשל, וואַרטנדיק אין אַ ריי אין סופּערמאַרק אָדער זיצנדיק אין אויטאָ בעת אַ גרויס געפֿאָר — כאַפּן מיר זיך גלײַך אָן אין דער מאָבילקע. טאַקע דערפֿאַר איז גאָר אינטערעסטאַנט צו לייענען וועגן אַ שטודיע, וואָס מע האָט אָפּגעדרוקט אינעם זשורנאַל Science מיט עטלעכע וואָכן צוריק, וואָס ווײַזט ווי שטאַרק מענטשן מײַדן הײַנט אויס זיך צו פֿאַרטיפֿן אין די געדאַנקען.

דורך 11 עקספּערימענטן מיט, בסך־הכּל, 700 מענטשן, האָבן ס׳רובֿ פֿון די באַטייליקטע איבערגעגעבן, אַז זיי האָבן נישט ליב צו בלײַבן מיט זייערע געדאַנקען מער ווי 6 מינוט.

נאָך מער איבערראַשנדיק איז געווען, אַז 64% פֿון די מאַנסבילן, און 15% פֿון די פֿרויען, האָבן גיכער געוואָלט זיך אַליין אַ שטאָך טאָן מיט אַ נאָדל, איידער צו זיצן מיט ליידיקע הענט און טראַכטן. אַפֿילו ווען מע האָט זיי פֿאָרגעלייגט ספּעציפֿישע טעמעס וועגן וואָס צו טראַכטן (וועגן אַ קומענדיקער וואַקאַציע, למשל), האָבן זיי עס נישט געוואָלט טאָן.

די זשורנאַליסטקע קייט מערפֿי האָט אין אַן אַרטיקל אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟ לעצטנס זיך געחידושט וועגן די אַנטדעקונגען פֿון דער שטודיע. פֿאַר וואָס האָבן מענטשן פֿײַנט זיך צו גריבלען אין די אייגענע מחשבֿות? מערפֿיס השערה איז, אַז מענטשן האָבן אַ טבֿע צו טראַכטן בלויז וועגן די זאַכן, וואָס טויגן נישט אין זייער לעבן: שווערע באַציִונגען מיט געוויסע מענטשן; פּערזענלעכע אָדער פּראָפֿעסיאָנעלע דורכפֿאַלן; געלט־צרות; געזונט־דאגות, און אַזוי ווײַטער.

„מענטשן ווילן אויסמײַדן אַזוינע נעגאַטיווע געדאַנקען, און דערפֿאַר פֿאַרנעמען זיי זיך מיט פֿאַרשידענע אַקטיוויטעטן און זענען מסכּים אַפֿילו אויף אַן עלעקטרישן שאָק, אַבי אויסצומײַדן די געדאַנקען,‟ האָט באַמערקט איטען קראָס, דירעקטאָר פֿון דער „לאַבאָראַטאָריע פֿון עמאָציעס און אַליין־באַהערשונג‟ אינעם מישיגענער אוניווערסיטעט.

די פּראָבלעם איז, אַז מע קען נישט לייזן אָדער זיך באַפֿרײַען פֿון פּראָבלעמען, סײַדן מע טראַכט זיי דורך, שרײַבט מערפֿי. „אונדזער געזעלשאַפֿט האַלט אַ סך מער פֿון מעשׂים איידער מחשבֿות.‟

„ווען מע דערשטיקט די נעגאַטיווע געפֿילן, ווערן זיי נאָך שטאַרקער,‟ האָט דערקלערט סטעפֿאַני בראַון, אַ פּסיכאָלאָגין און די מחברטע פֿונעם בוך Speed: Facing Our Addiction to Fast and Faster [צײַט צו לייזן אונדזער אַדיקציע צו טאָן זאַכן אַלץ גיכער און גיכער]. „ווען אַ מענטש מײַדט אויס די געפֿילן, קאָן עס דערפֿירן צו פֿאַרשידענע פּסיכאָלאָגישע פּראָבלעמען: צוואַנג־קראַנקייט (obsessive-compulsive disorder, בלע״ז), נערוועזקייט, דעפּרעסיע און פּחד-אַטאַקן, און אויך פֿיזישע סימפּטאָמען, ווי בויכווייטיק, קאָפּווייטיק און אַסטמע.

ווען אַ מענטש לאָזט זיך אַרײַן אין די געדאַנקען, העלפֿט עס אים אויף פֿאַרשידענע אופֿנים: עס פֿאַרבעסערט זײַן פֿעיִקייט מיטצופֿילן מיט אַנדערע, און באַפֿרײַט אים צו טראַכטן וועגן דער וועלט אויף אַ מער שאַפֿערישן אופֿן. אפֿשר טאַקע דערפֿאַר אָרגאַניזירט די פֿירמע „גוגל‟ קלאַסן פֿאַר אירע אָנגעשטעלטע, וואָס מוטיקט מענטשן צו באַשטעטיקן זייערע אינעווייניקסטע געדאַנקען און געפֿילן, אַנשטאָט צו איגנאָרירן אָדער רעפּרעסירן זיי. די פֿירמע האָפֿט, אַז אַזוינע מעדיטאַציעס וועלן העלפֿן די אָנגעשטעלטע בעסער פֿאַרשטיין די באַדערפֿענישן פֿון זייערע קונים, און אַזוי אַרום אויסטראַכטן בעסערע פּראָדוקטן זיי צופֿרידנצושטעלן.

די פּסיכאָלאָגן עצהן זייערע פּאַציענטן זיך נישט צו שרעקן פֿאַר די נעגאַטיווע געפֿילן; נאָר פֿאַרקערט, צו פּרוּוון פֿאַרשטיין פֿון וואַנען זיי שטאַמען. איין גוטער מיטל איז נישט צו ניצן דאָס וואָרט „איך‟, נאָר גיכער דאָס וואָרט „דו‟ אָדער „זי‟. צום בײַשפּיל, אַנשטאָט צו זאָגן: „איך בין אין כּעס אויף זיך אַליין, וואָס איך האָב פֿאַרלוירן מײַן קרעדיט־קאַרטל‟, זאָגט גיכער: „זי איז נעבעך אין כּעס אויף זיך אַליין, וואָס זי האָט פֿאַרלוירן איר קרעדיט־קאַרטל‟. ווען עס דאַכט זיך אונדז, אַז די פּראָבלעמען געשעען מיט אַ צווייטן מענטשן, ווײַזן מיר אַרויס מער רחמנות און מיטגעפֿיל, ווי מיט זיך אַליין.

ווי אומאײַנגענעם זיי זאָלן נישט זײַן, זענען די נעגאַטיווע מחשבֿות פֿאָרט אַ טייל פֿון אײַער פּערזענלעכקייט. וואָס מער איר פּרוּווט צו פֿאַרשטיין זייער מקור, אַלץ גרעסער ווערט די מעגלעכקייט, אַז איר וועט זיך פֿון זיי אַמאָל קענען באַפֿרײַען.