No Place Like Home

זוקיני מיט קעז

Zucchini Gratin

  • Print
  • Share Share

6 לעפֿל נישט־געזאַלצענע פּוטער
1 פֿונט (454 גראַם) ציבעלעס, צעשניטן אויף רעפֿטלעך (slices)
2 פֿונט זוקיני, צעשניטן אויף רעפֿטלעך
1 לעפֿעלע זאַלץ
1/2 לעפֿעלע שוואַרצער פֿעפֿער
1/4 לעפֿעלע צעמאָלענער מושקאַט (nutmeg)
2 לעפֿל מעל
1 טעפּל (226 גראַם) הייסע מילך
3/4 טעפּל (177 מיליליטער) ברייזל (ברויט־קרישקעס)
3/4 טעפּל (177 מיליליטער) גריִערער אָדער שווייצער קעז

הייצט אָן דעם אויוון ביז 400 גראַד (204 צעלזיוס).

צעלאָזט די פּוטער אין אַ גרויסער פּאַטעלניע. פּרעגלט די ציבעלע איבער אַ קליינעם פֿײַער 20 מינוט לאַנג, ביז זי ווערט זייער ווייך, אָבער נישט צוגעברוינט.

גיט אַרײַן די זוקיני און דעקט צו די פּאַטעלניע. קאָכט עס 10 מינוט, ביז די זוקיני ווערט ווייך. באַזאַלצט און באַפֿעפֿערט די זוקיני און מישט אַרײַן דעם מושקאַט. קאָכט דאָס געמיש אָן אַ דעקל נאָך 5 מינוט. מישט אַרײַן דאָס מעל און דערנאָך גיסט פּאַמעלעך אַרײַן די הייסע מילעך, מישנדיק כּסדר. קאָכט איבער אַ קליינעם פֿײַער ביז עס ווערט דערפֿון אַ סאָוס. גיסט דאָס זוקיני־געמיש אַרײַן אין אַ בעקן.

אין אַ קליינער שיסל, מישט צונויף דאָס ברייזל און קעז. באַשיט די זוקיני מיט דעם. באַקט דאָס זוקיני־מאכל 20 מינוט, ביז עס ברוינט זיך צו פֿון אויבן.