No Place Like Home

סאַלאַט מיט קאַווענע און אוגערקע

Watermelon and Cucumber Salad

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

  • Print
  • Share Share

אָט איז אַ דערפֿרישנדיקער נײַער אופֿן הנאה צו האָבן פֿון קאַווענע (watermelon), און גלײַכצײַטיק אַרײַנכאַפּן אַ סך פּראָטעיִן.

אַ האַלבע רויטע ציבעלע, צעשניטן אויף דינע רעפֿטלעך

4 טעפּלעך צעשניטענע קאַווענע

1 לאַנגע אוגערקע

אַ זשמעניע מינץ־בלעטער

2 לעפֿל צעהאַקטע אַקאַזשוען (cashews)

1/4 טעפּל איילבערט־בוימל

זאַפֿט פֿון אַ האַלבער לימענע

זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק

3 לעפֿל ציגן־קעז

ווייקט די צערעפֿטלטע ציבעלע אין אַ שיסל קאַלט וואַסער.

טאַפּט די צעשניטענע קאַווענע מיט פּאַפּירענע האַנטעכלעך, כּדי זיי אַ ביסל אויסטריקענען. שיט זיי אַרײַן אין אַ סאַלאַט־שיסל.

נעמט אַרויס די קערעלעך פֿון דער אוגערקע און צעשנײַדט די אוגערקע אויף שטיקלעך. צעשנײַדט די מינץ־בלעטער אויף דינע רעפֿטלעך. מישט די צעשניטענע אוגערקע אויס מיט דער קאַווענע.

גיסט אָפּ דאָס וואַסער פֿון דער ציבעלע און טריקנט די ציבעלע אויס מיט פּאַפּירענע האַנטעכלעך. מישט די ציבעלע, אַקאַזשוען, איילבערט־בוימל און לימענע־זאַפֿט אויס מיט דער קאַווענע און אוגערקע. באַזאַלצט און באַפֿעפֿערט דעם סאַלאַט לויט אײַער געשמאַק, און באַצירט אים מיטן ציגן־קעז.