No Place Like Home

רייניקט בעסער — מיט קרײַד

Simplify Cleaning With Chalk

  • Print
  • Share Share

1) פֿאַרטרײַבט די מוראַשקעס

צייכנט אָן אַ ליניע מיט קרײַד אויפֿן שוועל פֿון יעדער טיר, וואָס פֿירט אין דרויסן. דער קאַלך אינעם קרײַד טרײַבט אָפּ די מוראַשקעס, ווײַל ער באַשטייט פֿון צעמאָלענע ים־מושלען. באַשיט די געוויקסן אין גאָרטן מיטן קרײַד־פּראָשיק, וועלן די מוראַשקעס און שנעקלעך אויך אַנטלויפֿן.

2) פּוצט מעטאַל און מירמלשטיין

באַשיט אַ פֿײַכטע שמאַטע מיט קרײַד־פּראָשיק און רײַבט מיט דער שמאַטע די מעטאַלענע זאַכן, וועלן זיי גלאַנצן ווי ערשט געקויפֿט. כּדי צו מאַכן מעטאַל נאָך גלאַנציקער, רײַבט עס ווידער אײַן — דאָס מאָל, מיט אַ טרוקענער שמאַטע. שווענקט עס אָפּ מיט ריינעם וואַסער.

3) מײַדט אויס פֿלעקן אינעם זילבער

אויב איר האָט זילבערנע לעפֿל־גאָפּל, לייגט איינס אָדער צוויי שטיקלעך קרײַד לעבן זיי אין שופֿלאָד. דאָס קרײַד וועט אײַנזאַפּן די פֿײַכטקייט, וועט דאָס זילבער נישט אַזוי גיך פֿאַרפֿלעקט ווערן. לייגט דאָס קרײַד אויך אַרײַן אינעם צירונג־קעסטל.

3) מעקט אָפּ פֿלעקן פֿון פֿעטס

אויב אײַער מלבוש אָדער טישטעך איז פֿאַרפֿלעקט געוואָרן מיט פֿעטס, רײַבט דאָס קרײַד אַרײַן אינעם פֿלעק, און וואַרט 15 מינוט; דערנאָך בערשט עס אָפּ. אויב דער פֿלעק פֿאַרשווינדט נישט, רײַבט ווידער אַרײַן דאָס קרײַד, איידער איר וואַשט די וואַרע אין דער וואַשמאַשין.

4) באַהאַלט פֿלעקן אויף דער סטעליע (סופֿיט)

אויב איר האָט געפֿונען אַ פֿלעק אויף דער סטעליע און האָט נאָך נישט קיין צײַט עס איבערצופֿאַרבן, פֿאַרשמירט דערווײַל דעם פֿלעק מיט אַ שטיקל קרײַד, ביז עס ווערט לײַכטער אָדער ס׳פֿאַרשווינדט.

5) מײַדט אויס זשאַווער

אויב איר לייגט אַרײַן עטלעכע שטיקלעך קרײַד אין אײַער געצײַג־קעסטל (toolbox, בלע״ז), וועט עס פֿאַרהיטן דאָס קעסטל און געצײַג פֿון פֿײַכטקייט, וועלן זיי נישט פֿאַרזשאַווערט ווערן.