No Place Like Home

שפּינאַט מיט קנאָבל

Garlic Spinach

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

  • Print
  • Share Share

געפּרעגלטער שפּינאַט מיט קנאָבל און אַ שפּריץ לימענע טרעפֿט תּמיד אין פּינטל, און איז אויך פֿול מיט וויטאַמינען און מינעראַלן.

1/2־1 פֿונט שפּינאַט־בלעטער

2 לעפֿל איילבערט־בוימל

6 ציינדלעך קנאָבל, צעהאַקט

1 לעפֿעלע זאַלץ

3/4 לעפֿעלע שוואַרצער פֿעפֿער

נישט־געזאַלצענע פּוטער

זאַפֿט פֿון אַ לימענע

שווענקט גוט אויס די שפּינאַט־בלעטער אין קאַלטן וואַסער, כּדי פּטור צו ווערן פֿונעם זאַמד. טריקנט זיי אויס אין אַ סאַלאַט־דרייער.

הייצט אָן דאָס בוימל אין אַ גרויסן טאָפּ איבער אַ מיטעלן פֿײַער און פּרעגלט דעם צעהאַקטן קנאָבל בערך 1 מינוט, אָבער לאָזט עס נישט ברוין ווערן.

גיט אַרײַן דעם שפּינאַט, זאַלץ און פֿעפֿער און מישט עס אויס מיטן קנאָבל און בוימל. דעקט צו דעם טאָפּ און קאָכט עס 2 מינוט.

נעמט אַראָפּ דאָס דעקל, העכערט דאָס פֿײַער און קאָכט דעם שפּינאַט נאָך אַ מינוט, מישנדיק מיט אַ הילצערנעם לעפֿל, ביז דער שפּינאַט ווערט פֿאַרוועלקט.

מיט אַ געלעכערטן לעפֿל, לייגט אויס דעם שפּינאַט אין באַזונדערע שיסלען, און גיט אַרײַן אַ לעפֿעלע פּוטער און אַ שפּריץ לימענע־זאַפֿט. דערלאַנגט דעם שפּינאַט צום טיש הייסערהייט.


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.