No Place Like Home

דאָס חלומען בײַ פֿאַרשידענע קולטורן

Dreaming as Perceived by Different Cultures

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

  • Print
  • Share Share

מיידלווײַז פֿלעג איך, פֿון צײַט צו צײַט, פֿאַרשרײַבן מײַנע חלומות, און אָפֿט מאָל האָט דאָס פּראָדוצירט אומגעריכטע פּאָזיטיווע רעזולטאַטן. איין חלום האָט מיך אינספּירירט אָנצושרײַבן אַ דערציילונג, וואָס די פּראָפֿעסאָרשע פֿון מײַן קלאַס פֿון שעפֿעריש־שרײַבן האָט, צום ערשטן מאָל, געלויבט פֿאַרן גאַנצן קלאַס; און אַ צווייטער חלום האָט אַנטפּלעקט פֿאַר מיר עטלעכע סימבאָלישע „סודות‟ פֿונעם אויסערגעוויינטלעכן פֿילם, 2001: A Space Odyssey.

טאַקע דערפֿאַר האָט מיך שטאַרק פֿאַראינטערעסירט אַן אַרטיקל אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟ לעצטנס וועגן די פֿאַרשידענע אופֿנים ווי אַזוי אַנדערע קולטורן באַציִען זיך צום ענין, שלאָפֿן און חלומען.

די מחברטע, ט. מ. לורמאַן, דערציילט וועגן אַן אַנטראָפּאָלאָג, דאָג האַלאָן, וועלכער איז געפֿאָרן מיט זײַן פֿרוי אין אַ דאָרף אויפֿן אינדאָנעזישן אינדזל סולאַוועסי. ווי באַלד זיי האָבן זיך באַקענט מיט די אײַנוווינער פֿונעם אָרטיקן שבֿט טאָראַדזשאַ, האָבן זייערע נײַע שכנים אָנגעהויבן אַרומרעדן, ווער ס׳וועט זײַן דער ערשטער צו נעכטיקן צוזאַמען מיט די געסט.

ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, שלאָפֿן די טאָראַדזשאַ כּמעט קיין מאָל נישט אַליין. אין הילצערנע בײַדלעך מיט ווייניק מעבל, שלאָפֿן זיי אויף ד׳רערד גרופּעסווײַז; זיי טיילן זיך מיט די קאָלדרעס, און טוליען זיך צו איינער צום צווייטן, כּדי זיך אָנצוּוואַרעמען. במילא וועקט מען זיך אויף אַ סך מאָל במשך פֿון דער נאַכט, צוליב פֿאַרשידענע סיבות: די שרעקעדיקע קלאַנגען פֿון ווילדע חיות; אַ קינד האָט זיך צעוויינט צוליב אַ בייזן חלום; עמעצער האָט זיך איבערגעדרייט אָדער איז אַרויסגעגאַנגען, אָדער עמעצער האָט פּשוט נישט געקענט שלאָפֿן, האָט ער פֿאַרפֿירט אַ שמועס מיט זײַנע „שלאָף־שכנים‟. קיינער האָט זיך קיין מאָל נישט באַקלאָגט, האָט האָלאַן באַמערקט.

מיט יאָרן שפּעטער איז האָלאַן געוואָרן אַ פּסיכאָטעראַפּעווט אין לאָס־אַנדזשעלעס. ס׳רובֿ פֿון זײַנע קליענטן האָבן אויסגעדריקט אומצופֿרידנקייט מיט זייער שלאָפֿן. זיי האָבן אויסגעפּרוּווט פֿאַרשידענע מיטלען, כּדי צו שלאָפֿן, אָן איבעררײַס, 7 אָדער 8 שעה לאַנג. ווען זיי זענען נישט געשלאָפֿן די גאַנצע נאַכט, האָט עס זיי פֿאַרשאַפֿן עגמת־נפֿש.

לויט דער „נאַציאָנאַלער שלאָף־פֿונדאַציע‟, לײַדן מער ווי 20% אַמעריקאַנער פֿון שוועריקייטן בײַם אַנטשלאָפֿן ווערן. אַ שטודיע מצד דעם „צענטער פֿון קראַנקײט־קאָנטראָל‟ אין 2013 האָט געוויזן, אַז בערך 4% דערוואַקסענע האָבן במשך פֿון די פֿיר וואָכן פֿאַר דער שטודיע אײַנגענומען אַ שלאָפֿפּיל. אין 2012 האָבן די אַמעריקאַנער אויסגעגעבן 32 ביליאָן דאָלאַר אויף שלאָף־מיטלען.

די אָבסעסיע, אַז מע מוז שלאָפֿן יעדע נאַכט אַכט שעה נאָך אַנאַנד, איז אין דער אמתן אַ מאָדערנע השׂגה. אין זײַן בוך At Day‘s Close וועגן דער געשיכטע פֿון נאַכט־פֿירונגען בײַם אָנהייב פֿון דער מערבֿדיקער ציוויליזאַציע, האָט דער היסטאָריקער, ראָדזשער עקירטש, געשריבן, אַז מענטשן פֿלעגן זיך לייגן שלאָפֿן באַלד ווי די זון איז אונטערגעגאַנגען; דאָס איז געווען דער „ערשטער שלאָף‟. דערנאָך האָט מען זיך אויפֿגעוועקט אַרום חצות, און אַ ביסל פֿאַרשלאָפֿענערהייט געשמועסט, געלייענט, תּפֿילה געטאָן, זיך געליבט, אויסגעברײַעט ביר אָדער זיך אַפֿילו אַרײַנגעגנבֿעט אין פֿרעמדע הײַזער, כּדי צו לקחענען סחורה. דערנאָך האָט מען זיך ווידער געלייגט שלאָפֿן ביז דעם זון־אויפֿגאַנג.

„אַזאַ ׳צעטיילטער׳ שלאָף זעט אויס פּונקט ווי בײַ אַ סך ווילדע חיות, און ס׳איז געווען אַ נאָרמאַלע זאַך בײַם בן־אָדם, איידער ער איז אַרײַן אין דער מאָדערנער תּקופֿה,‟ האָט עקירטש באַמערקט.

הײַנט, ווען מע פּרוּווט אַרײַנצוקוועטשן דעם מאַקסימום אַקטיוויטעטן אין איין טאָג, פּרוּווט דער מענטש במילא צו „אָרגאַניזירן‟ זײַנע שלאָף־נייגונגען. האָלאַנס פּאַציענטן — שרײַבט ער — באַטראַכטן דעם שלאָף ווי אַ פּראָבלעם, וואָס שטערט די „וויכטיקערע‟ זאַכן אין לעבן.

ווען דער מענטש באַטראַכט דאָס אויפֿוועקן זיך בײַ נאַכט ווי אַ „פּראָבלעם‟, פֿאַרלירט ער זײַן פֿאַרבינדונג מיט דער „שטילער טיפֿקייט פֿון דער פֿינצטער‟, שרײַבט דער פּובליציסט, דזשאָרדזש סטורט. אין די טראַדיציאָנעלע געזעלשאַפֿטן, ווי די טאָראַדזשאַ, זענען די איבערלעבונגען בײַ נאַכט, אַרײַנגערעכנט דאָס חלומען, פּונקט אַזוי וויכטיק ווי די אַקטיוויטעטן בײַ טאָג. מענטשן האָבן זיך באַמיט צו פֿאַרגעדענקען אַלע פּרטים פֿון זייערע חלומות. צוליב דעם, וואָס זיי וועקן זיך אויף גאַנץ אָפֿט בײַ נאַכט, געדענקען זיי די חלומות אַ סך בעסער.

שטעלט זיך די פֿראַגע: איז מעגלעך, אַז דער האַלב־פֿאַרשלאָפֿענער מצבֿ, אין וועלכן די טאָראַדזשאַ געפֿינט זיך בײַנאַכט, רופֿט אַרויס מער גײַסטיקע, פֿאַנטאַסטישע מאָמענטן, ווי אַנדערע קולטורן? ווען אַ מענטש איז נישט אין גאַנצן וואַך, ווערן זײַנע חלומות אויסגעמישט מיט דער וואָר, און ער וועט גיכער איבערלעבן געוויסע „אוממעגלעכע‟ מאָמענטן. ער דערהערט, למשל, ווי די מאַמע רופֿט אויס זײַן נאָמען, כאָטש זי וווינט אַ סך מײַל ווײַטער פֿון אים; אָדער ער זעט מלאכים בײַם פֿענצטער, און עטלעכע סעקונדעס שפּעטער — פֿאַרשווינדן זיי.

דערפֿאַר, ווען מע פֿרעגט בײַ אַן אַמעריקאַנער וועגן „אוממעגלעכע‟ זאַכן, וואָס ער האָט געזען בײַ נאַכט, וועט ער מסתּמא ענטפֿערן: „יאָ, איך זע אַמאָל אוממעגלעכע זאַכן, אָבער דאָס איז בלויז, ווײַל איך האָב זיך נישט גוט אויסגעשלאָפֿן‟. אַ שאָד, וואָס דער מאָדערנער מענטש באַצייכנט יענע „וויזיעס‟ ווי שטערונגען צום שלאָפֿן, און נישט ווי אַן אינספּיראַציע פֿון גײַסטיקע, שעפֿערישע געדאַנקען.