No Place Like Home

תּנכישע נעמען נאָך אַלץ פּאָפּולער — פֿאַר ייִנגלעך

Biblical Names Still Popular – For Boys

פֿון דזשולי ווינער (ייִט״אַ)

  • Print
  • Share Share

בעת די לעצטע 14 יאָר אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, איז דער סאַמע פּאָפּולערסטער נאָמען, וואָס די עלטערן גיבן זייערע נײַ־געבוירענע ייִנגעלעך — סײַ בײַ ייִדן, סײַ בײַ נישט ייִדן — געווען Jacob, די ענגלישע ווערסיע פֿון „יעקבֿ‟.

הײַיאָר האָט זיך עס אָבער געביטן. אַנשטאָט „דזשייקאָב‟ איז דער פּאָפּולערסטער נאָמען פֿאַר נײַ־געבוירענע ייִנגלעך איצט Noah, דער ענגלישער עקוויוואַלענט פֿון „נח‟.

ס׳איז נישט קיין ספֿק, אַז איין סיבה, פֿאַר וואָס די עלטערן קלײַבן די טעג אויס דעם נאָמען, איז דער פּאָפּולערער פֿילם Noah, מיטן אַקטיאָר ראָסל קראָו אין דער הויפּטראָלע.

נישט בלויז די אַמעריקאַנער געפֿעלט דער נאָמען Noah. די נעמען „נועה‟ (פֿאַר מיידלעך) און „נועם‟ (פֿאַר ייִנגלעך) זענען פֿאַראַיאָרן געווען די צוויי פּאָפּולערסטע נעמען פֿון עופֿעלעך אין ישׂראל.

אַנדערע אַנגליצירטע לשון־קודשדיקע ייִנגל־נעמען צווישן די 10 פּאָפּולערסטע זענען Michael (מיכאל), Ethan (איתן) און Daniel (דניאל).

בײַ די פּאָפּולערסטע מיידלשע נעמען אין אַמעריקע, פֿיגורירן בלויז צוויי, וואָס שטאַמען פֿון לשון־קודש: Elizabeth (אַ וואַריאַנט פֿון אלישבֿע) און Abigail (אַבֿיגיל). נישט געקוקט אויף דעם וואָס דזשייקאָב איז שוין אַזוי לאַנג אַ באַליבטער נאָמען אין אַמעריקע, זענען די נעמען פֿון פֿרויען אַ סך ווייניקער פּאָפּולער: Rachel (רחל) פֿיגורירט אויפֿן 138סטן אָרט, און Leah (לאה) — אויפֿן 33סטן אָרט.

איך בין אַליין שולדיק אין דעם, ווײַל מײַן ייִנגסטע טאָכטער הייסט סאָפֿיאַ, וואָס איז שוין דרײַ יאָר לאַנג דער סאַמע באַליבטסטער נאָמען פֿאַר מיידלעך, און צווישן די 10 פּאָפּולערסטע זינט 2006.