No Place Like Home

שפּיטאָלן זיכערער ווי האָבן אַ קינד אין דער היים

Hospitals Safer Than Homes for Births

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

  • Print
  • Share Share

אַ נײַער באַריכט גיט איבער, אַז ווען אַ פֿרוי גייט צו קינד אין אַ שפּיטאָל, איז עס אַ סך זיכערער, ווי דאָס קינדלען אין דער היים אָדער אין אַ געבורט־צענטער.

די פֿאָרשער האָבן אַנאַליזירט די אינפֿאָרמאַציע פֿון כּמעט 14 מיליאָן געבורט־פֿאַלן, געזאַמלט פֿונעם „צענטער פֿאַר קראַנקייט־קאָנטראָל‟ צווישן די יאָרן 2006 און 2009. 130,000 פֿון די געבורטן זענען נישט פֿאָרגעקומען אין אַ שפּיטאָל. די רעזולטאַטן געפֿינען זיך אויף דער וועבזײַט פֿונעם „אַמעריקאַנער זשורנאַל פֿון אָבסטעטריק און גינעקאָלאָגיע‟ http://www.ajog.org/article/S0002-9378(14)00275-0/abstract.

זיי האָבן שטודירט סײַ יענע פֿאַלן, וווּ דאָס נײַ־געבוירן קינד איז ניפֿטר געוואָרן במשך פֿון זיבן טעג נאָכן געבוירן ווערן, סײַ די פֿאַלן פֿון די, וועלכע זענען געשטאָרבן במשך פֿון די ערשטע 28 טעג. אַלע קינדער האָט די מאַמע געטראָגן ביזן נײַנטן חודש און קיינער פֿון זיי האָט נישט געליטן פֿון קיין מום. דער רעזולטאַט איז געווען זייער קלאָר: דער פּראָצענט טויטפֿאַלן איז געווען העכער בײַ יענע עופֿעלעך, וואָס זענען געבוירן געוואָרן מחוץ דעם שפּיטאָל.

בײַ די עופֿעלעך, וועלכע זענען געבוירן געוואָרן דורך דער הילף פֿון אַן אַקושערקע אין דער היים, איז די טויט־ריזיקע געווען פֿיר מאָל גרעסער ווי בײַ די קינדער, וואָס אַן אַקושערקע האָט זיי אָפּגענומען אין שפּיטאָל. די גרעסטע סכּנה איז געווען בײַ אַן עופֿעלע, וואָס איז דאָס ערשטע קינד בײַ דער מאַמען. 

בײַ די עופֿעלעך, וואָס אַן אַקושערקע האָט אָפּגענומען אין אַ געבורט־צענטער, איז די טויט־ריזיקע געווען צוויי מאָל אַזוי הויך, ווי בײַ די וואָס אַן אַקושערקע האָט אָפּגענומען אין אַ שפּיטאָל.

ווען דאָס קינד איז אָפּגענומען געוואָרן מחוץ דעם שפּיטאָל, דורך איינעם וואָס איז בכלל נישט קיין געזונט־פּראָפֿעסיאָנאַל (פּאָליציאַנט, טעקסי־שאָפֿער, אאַז״וו), איז די ריזיקע פֿון שטאַרבן געווען פֿיר מאָל אַזוי הויך, ווי בײַ די עופֿעלעך, וואָס זענען געבוירן געוואָרן אין אַ שפּיטאָל.

דער הויפּט־מחבר פֿונעם אַרטיקל, ד״ר עמוס גרינבוים, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון אָבסטעטריק און גינעקאָלאָגיע בײַם „ווײַל־קאָרנעל מעדיצינישן צענטער‟, האָט שטאַרק אָפּגעמוטיקט פֿרויען צו האָבן אַ קינד אין דער היים. „אפֿשר וואָלטן מיר געדאַרפֿט אויסשטאַטן אונדזערע שפּיטאָלן מיט די זעלבע באַקוועמלעכקייטן, וואָס איר האָט אין דער היים,‟ האָט גרינבוים געזאָגט. „ווי עס זאָל נישט זײַן, איז מער געוווּנטשן, אַז דער שפּיטאָל זאָל ווערן מער ענלעך אויף דער שטוב, איידער, אַז די שטוב זאָל פּרוּוון פֿאַרבײַטן אַ שפּיטאָל.‟


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.