No Place Like Home

צי שאַט קינדער צו גיין צו־פֿוס אָדער ביציקלירן אין שול?

Is it Ok to Let Your Kids Walk or Bike to School?

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

  • Print
  • Share Share

אַ סך עלטערן זאָרגן זיך, נאַטירלעך, וועגן דערלויבן זייערע קינדער צו גיין אָדער פֿאָרן מיטן וועלאָסיפּעד אין שול.

לויט דער סטאַטיסטיק, איז דער גרעסטער פּראָצענט טויטפֿאַלן בײַ קינדער צווישן 2 און 14 יאָר דווקא צוליב אַן אויטאָ־אַקצידענט. בײַ 20% פֿון די קינדער, וואָס ווערן יעדעס יאָר אומגעבראַכט אין אַ געפֿאָר־אַקצידענט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, איז עס געשען, ווען די קינדער זענען געגאַנגען צו־פֿוס, גיט איבער דער „צענטער פֿון קראַנקייט־קאָנטראָל‟.

אַ נײַע שטודיע פּובליקירט אויף דער וועבזיט פֿון Pediatrics דעם 7טן אַפּריל, פֿאָרשט פּרטימדיק אויס דעם ענין. „אויב דאָס קינד גייט אַריבער אַ גרויסע גאַס מיט אַ סך אויטאָס, וועט אוודאי שטײַגן די ריזיקע פֿון אַן אַקצידענט,‟ האָט דערקלערט ד״ר גילבערט ליו, וועלכער האָט זיך נישט באַטייליקט אין דער שטודיע.

צוריקגערעדט, איז דאָס שפּאַצירן אָדער ביציקלירן אין שול אַ געוווּנטשענע זאַך, ווײַל עס גיט דעם קינד אַ געלעגנהייט צו מאַכן אַ פֿיזישע געניטונג, און דערבײַ אויסמײַדן דאָס אָנלייגן וואָג.

די פֿאָרשער האָבן דורכגעפֿירט זייער שטודיע אַזוי: זיי האָבן אָבסערווירט ווי אַזוי די תּלמידים אין 118 שולן איבער דער שטאָט טאָראָנטאָ זענען אין אַ געוויסן טאָג געקומען אין שול, און זיי האָבן פֿאַרגליכן די ציפֿערן מיט דער צאָל פֿאַלן, אין וועלכע אַן אויטאָ האָט געטראָפֿן פֿאַרבײַגייער לעבן דער שול צווישן די יאָרן 2002 און 2011.

די פֿאָרשער האָבן אויך פֿאַרשריבן די אָרטיקע זיכערהייט־מיטלען, וואָס דאַרפֿן כּלומערשט אויסמײַדן אויטאָ־אַקצידענטן: וויפֿל פֿאָרסיגנאַלן געפֿינען זיך לעבן דער שול? צי שטייען דאָרט געפֿאָר־וועכטער, וואָס קאָנטראָלירן די באַוועגונג פֿון אויטאָס, כּדי צו דערמעגלעכן די קינדער אַריבערצוגיין די גאַס אָן אַ ריזיקע? צי האָט מען דאָרט געבויט שטרויכלען (speed bumps), וואָס צווינגען די אויטאָס צו פֿאָרן פּאַמעלעכער?

לכתּחילה האָט די סטאַטיסטיק נישט אויסגעזען פּאָזיטיוו, וואָס שייך מוטיקן די קינדער צו גיין צו־פֿוס אָדער ביציקלירן אין שול: וואָס מער די קינדער זענען געגאַנגען אָדער ביציקלירט אין שול, אַלץ מער האָט געשטיגן די ריזיקע פֿון אַן אויטאָ־אַקצידענט.

דער גרעסטער חידוש בײַ די פֿאָרשער איז געווען די אַנטדעקונג, אַז דווקא יענע גאַסן, וואָס האָבן געהאַט מער פֿאָר־סיגנאַלן און שטרויכלען זענען געווען די גאַסן מיט דער גרעסטער צאָל אַקצידענטן! ווי קען דאָס זײַן? אַזוינע זאַכן האָבן דאָך געזאָלט מאַכן די גאַסן זיכערער, ניין?

ד״ר אַנדרו האַואַרד, דער הויפּט־מחבר פֿון דער שטודיע, האָט אָבער דערקלערט, אַז ס׳איז נישט אַזוי פּשוט: „אַ ראַיאָן וואָס האָט אַ סך פֿאָרסיגנאַלן און שטרויכלען איז במילא אַ ראַיאָן, וואָס מע האָט געבויט גיכער לטובֿת די אויטאָס, איידער לטובֿת די קינדער.‟

דער בעסטער מיטל אויסצומײַדן די אַקצידענטן איז צו בויען אַ מער „שפּאַצירעוודיקע‟ סבֿיבֿה, האָבן סײַ האַואַרד, סײַ ליו באַמערקט. מיט אַנדערע ווערטער: בויען גרעסערע טראָטואַרן און פֿאַרקערעווען ס׳רובֿ אויטאָס אויף אַנדערע גאַסן, כּדי צו פֿאַרקלענערן דאָס געפֿאָר לעבן די שולן.

„ווען מע מאַכט אַ געגנט מער ׳שפּאַצירעוודיק׳, ווערט עס במילא אַ מער אײַנגענעם אָרט צו וווינען,‟ האָט ליו געזאָגט.


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.