No Place Like Home

פּסחדיקער פֿרישטיק: קאַרטאָפֿל מיט לאַקס

Hash Browns With Lox

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

  • Print
  • Share Share

פּסחדחיקר פֿרישטיק: דאָס פּיקאַנטע געמיש פֿון קאַרטאָפֿל מיט גערייכערטן לאַקס וועט זיכער שמעקן אײַער גאַנצן הויזגעזינד.

סאָוס

3 לעפֿל צעהאַקטע פּעטרישקע־בלעטער

2 לעפֿל איילבערט־בוימל

1/2 לעפֿעלע צעריבן לימענע־שאָלעכץ

1 לעפֿל לימענע־זאַפֿט

1 ציינדל קנאָבל, צעהאַקט

1/4 לעפֿעלע זאַלץ

שוואַרצער פֿעפֿער

קאַרטאָפֿל־געמיש

2 לעפֿל איילבערט־בוימל

4 גאָלדענע קאַרטאָפֿליעס, אָפּגעשיילט און צעשניטן אויף קליינע ווערפֿלעך (cubes)

1 לעפֿעלע וואַסער

זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער (לויט אײַער געשמאַק)

1/3 טעפּל צעהאַקטע ציבעלע

6 אונץ (170 גראַם) רעפֿטלעך גערייכערטן לאַקס, צעשניטן אין קליינע שטיקלעך

מישט צונויף אַלע סאָוס־אינגרעדיענטן אין אַ שיסל, און גיסט דעם סאָוס אַרײַן אין אַ פֿלעשל.

הייצט אָן די 2 לעפֿל בוימל אין אַ פּאַטעלניע איבער אַ מיטעלן פֿײַער. מישט אַרײַן די צעשניטענע קאַרטאָפֿל, וואַסער, זאַלץ און פֿעפֿער, ביז די קאַרטאָפֿל ווערן באַדעקט פֿונעם בוימל. דעקט צו די פּאַטעלניע און פֿאַרקלענערט דאָס פֿײַער. נאָך 4 מינוט, מישט אויס די קאַרטאָפֿל און דעקט ווידער צו די פּאַטעלניע, ביז די קאַרטאָפֿליעס ווערן ווייך.

מישט אַרײַן די ציבעלע, און לאָזט עס קאָכן אָן אַ דעקל. נאָך 5 מינוט, מישט עס ווידער, ביז די קאַרטאָפֿליעס ברוינען זיך צו אויף אַלע זײַטן.

מישט אַרײַן די צעשניטענעם לאַקס און דערלאַנגט צום טיש, מיטן פֿלעשל סאָוס.


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.