No Place Like Home

דער אונטערשייד צווישן „ער‟ און „זי‟

The Difference Between Men and Women

  • Print
  • Share Share

לאָמיר זאָגן, אַז אַ געוויסער בחור, פֿרעד, באַקענט זיך מיט אַ מיידל, מאַרטאַ, און זי געפֿעלט אים. ער פֿרעגט זי אויב זי וויל מיט אים גיין אין קינאָ; זי זאָגט יאָ, און זיי פֿאַרברענגען גאַנץ גוט אין איינעם.

עטלעכע טעג שפּעטער נעמט ער זי אַרויס אויף וועטשערע, און זיי האָבן ווידער הנאה. זיי גייען אַרויס אויף נאָך עטלעכע ראַנדקעס, און אין גיכן, גייען זיי מער נישט אַרויס מיט קיין אַנדערע מענטשן.

איין מאָל, אַהיימפֿאָרנדיק פֿון אַ ראַנדקע, פֿרעגט מאַרטאַ: „האָסטו באַמערקט, אַז הײַנט איז פּונקט זעקס חדשים זינט אונדזער ערשטער ראַנדקע?‟

פֿרעד זאָגט גאָרנישט.

מאַרטאַ באַמערקט, אַז ער שווײַגט, און קלערט: אפֿשר שטערט עס אים וואָס איך האָב דאָס געזאָגט? אפֿשר פֿילט ער זיך דערשטיקט פֿון אונדזער באַציִונג, אַז אפֿשר דריק איך אויף אים צו פֿיל?

און פֿרעד קלערט: זעקס חדשים! גיי ווייס…

און מאַרטאַ קלערט: צוריקגערעדט, אפֿשר בין איך אויך נישט גרייט זיך מתחייבֿ צו זײַן מיט אים. אַ מאָל בענקט זיך מיר אַליין נאָך דער אַמאָליקער פֿרײַהייט. אין וועלכער ריכטונג גייען מיר טאַקע? איז אונדז באַשערט חתונה צו האָבן? צו האָבן קינדער אין איינעם? פֿאַרברענגען דאָס גאַנצע לעבן אין איינעם? בין איך גרייט זיך צו פֿאַרפֿליכטן צו אים? קען איך אים בכלל?

און פֿרעד קלערט: לויט מײַן חשבון, איז אונדזער ערשטע ראַנדקע געווען אין פֿעברואַר, גלײַך נאָך דעם ווי כ׳האָב אַרײַנגעבראַכט דעם אויטאָ צו פֿאַרריכטן. און דאָס דערמאָנט מיך טאַקע: שוין געקומען די צײַט צו בײַטן דעם אייל אין אויטאָ!

און מאַרטאַ קלערט: ער איז דענערווירט מיט מיר. כ׳דערקען עס בײַ אים אויפֿן פּנים. און אפֿשר וויל ער גאָר פֿאַרקערט — אַז מיר זאָלן זיך נאָך מער דערנענטערן? אפֿשר האָט ער דערפֿילט, נאָך איידער כ׳האָב עס אַליין באַמערקט, אַז איך האַלט זיך צו פֿיל צוריק? יאָ, יאָ! דערפֿאַר קווענקלט ער אויסצודריקן זײַנע טיפֿסטע געפֿילן. ער האָט מורא, אַז ער קען מיך גאָר אַוועקטרײַבן!

און פֿרעד קלערט: כ׳וועל שוין מוזן ווידער אַרײַנברענגען דעם אויטאָ צום שאַפּ. די טראַנסמיסיע פֿונקציאָנירט ווידער נישט ווי געהעריק. אויב דער שוטה בן פּיקהאָלץ וועט ווידער טענהן, אַז דאָס איז צוליב דעם קאַלטן וועטער, וועל איך אים שוין גוט אַרײַנזאָגן! וואָס פֿאַר אַ קאַלטן וועטער אין מיטן ד׳רינען? ס׳איז שוין נאָענט צו 60 גראַד אין דרויסן! סאַראַ נאַר וואָס איך בין, וואָס כ׳האָב דאָס לעצטע מאָל געגעבן די באַנדיטן 600$.

און מאַרטאַ קלערט: ער איז ברוגז. און ער איז טאַקע גערעכט. איך וואָלט אויך געווען ברוגז. כ׳באַדויער, וואָס איך שאַף אים אַזאַ עגמת־נפֿש, אָבער וואָס קען איך טאָן? כ׳קען דאָך נישט לייקענען מײַנע אייגענע געפֿילן.

און פֿרעד קלערט: זיי וועלן מסתּמא זאָגן, אַז די גאַראַנטיע גילט בלויז אויף 90 טעג. די פּאַסקודניאַקעס…

און מאַרטאַ קלערט: אפֿשר בין איך טאַקע צו איבערקלײַבעריש. די גאַנצע צײַט וואַרט איך אויף עפּעס אַ פּרינץ, וואָס קומט צו רײַטן אויף אַ ווײַסן פֿערד. אָבער וואָס דראַפּע איך זיך אויף די גלאַטע ווענט? דאָ זיצט לעבן מיר אַ באַלעבאַטישער יונגערמאַן, וואָס איז מיר טײַער, און איך בין אים אויך טײַער. און איך האָב אים אַזוי פֿאַרדרייט אַ קאָפּ, בלויז צוליב מײַן עגאָיִסטישער ראָמאַנטישער פֿאַנטאַזיע!

און פֿרעד קלערט: דאָס הייסט בײַ זיי אַ גאַראַנטיע? איך וועל זיי שוין ווײַזן אַ גאַראַנטיע! איך פֿײַף זיך אויס אויף זייער גאַראַנטיע!

„פֿרעד,‟ זאָגט מאַרטאַ אויף אַ קול.

„וואָס?‟ פֿרעגט פֿרעד, נאָכן „אויפֿוועקן זיך‟ פֿון זײַנע געדאַנקען.

„כ׳בעט דיך, פּײַניק זיך נישט אַזוי,‟ זאָגט זי, און טרערן שטייען אין אירע אויגן. „כ׳האָב עס בכלל נישט געמיינט!‟ פּלוצלינג פּלאַצט זי אויס אין אַ געוויין.

„וואָס?‟ פֿרעגט פֿרעד.

„כ׳בין אַזאַ נאַר! איך ווייס, אַז ס׳איז נישטאָ קיין פּרינץ, און נישטאָ קיין פֿערד!‟

„נישטאָ קיין פֿערד?‟ פֿרעגט פֿרעד.

„דו מיינסט אַוודאי, אַז איך בין אַ נאַריש מיידל,‟ זאָגט מאַרטאַ.

„ניין, חלילה!‟ זאָגט פֿרעד, גליקלעך וואָס ער האָט, סוף־כּל־סוף, געוווּסט דעם ריכטיקן ענטפֿער.

„דער אמת איז — דאַרפֿסט פּשוט זײַן געדולדיק מיט מיר,‟ האָט מאַרטאַ געזאָגט.

פֿרעד פּרוּווט ווידער צוטראַכטן אַ גוטן ענטפֿער. נאָך 15 סעקונדעס, דאַכט זיך אים, אַז ער ווייסט שוין וואָס צו זאָגן.

„יאָ,‟ ענטפֿערט ער. מאַרטאַ, גערירט פֿון זײַן וואַרעמקייט, נעמט אים אָן בײַ דער האַנט.

„אַ דאַנק, פֿרעד,‟ זאָגט זי.

„אַ דאַנק,‟ ענטפֿערט פֿרעד. ער פֿירט זי אַהיים. זי לייגט זיך אַרײַן אין בעט, און מאַטערט זיך אַ גאַנצע נאַכט מיט אירע סתּירותדיקע עמאָציעס.

פֿרעד פֿאָרט צו זיך אַהיים, עפֿנט אַ זעקל טשיפּקעלעך, דרייט אָן דעם טעלעוויזאָר און ווערט גלײַך מיטגעריסן פֿונעם קוישבאָל־מאַטש, וואָס ווערט אויסגעשפּילט צווישן צוויי אומבאַקאַנטע קאָלעדזשן אין סאַוט־דאַקאָטע. עפּעס דאַכט זיך אים, אַז אין אויטאָ איז פֿאָרגעקומען אַ וויכטיקע געשעניש, אָבער ער ווייסט אַליין, אַז ער וועט עס קיין מאָל נישט פֿאַרשטיין. איז שוין בעסער, בכלל נישט צו טראַכטן וועגן דעם.

דעם צווייטן טאָג וועט מאַרטאַ אָנקלינגען איר נאָענטסטע חבֿרטע, אפֿשר צוויי חבֿרטעס, און זיי וועלן רעדן וועגן דעם געשעעניש שעהען לאַנג. זיי וועלן אַנאַליזירן יעדן פּרט — וואָס זי האָט געזאָגט, וואָס ער האָט געזאָגט; זיך אַרײַנקלערן אין יעדן וואָרט, אויסדרוק און זשעסט. זיי וועלן ווײַטער אַרומרעדן די טעמע — וואָכן, און אפֿשר אַפֿילו חדשים לאַנג, און קיין מאָל נישט קומען צו קיין אויספֿיר, אָבער די טעמע וועט זיי קיין מאָל נישט נימאס ווערן.

און פֿרעד? שפּילנדיק ראַקעטבאַל איין מאָל מיט מאַרטאַס ברודער, וועט ער פּלוצלינג אַוועקלייגן די ראַקעטקע און פֿרעגן: „נאָרמאַן, האָט מאַרטאַ אַ מאָל געהאַט אַ פֿערד?‟

און דאָס, מײַנע ליבע דאַמען און הערן, איז דער אונטערשייד צווישן „ער‟ און „זי‟.

פֿונעם בוך, Complete Guide to Guys (אַ פֿולשטענדיקער וועגווײַזער פֿאַר מאַנסבילן)