No Place Like Home

איבערשטעלן דעם זייגער פֿאָרויס, קאָן זײַן שווער פֿאַרן גוף

Moving the Clock an Hour Ahead is Tougher on Your Body

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

  • Print
  • Share Share
שטעלט אָן אַ העלע ליכט אין דער פֿרי, וועט זיך אויסדאַכטן אײַער נאַטירלעכן זייגער, אַז די זון שײַנט שוין!

ווען מע רוקט דעם זייגער פֿאָרויס מיט אַ שעה, ווי מע האָט די פֿאַרגאַנגענע וואָך געטאָן אין אַ סך ראַיאָנען פֿון לאַנד, ברענגט עס סײַ פּאָזיטיווע רעזולטאַטן, סײַ נעגאַטיווע.

פֿון איין זײַט, פֿרייען מיר זיך מיט די לענגערע נאָכמיטאָג־שעהען פֿון זונענשײַן. אָבער פֿון דער צווייטער זײַט, צעטומלט עס אונדזער אינעווייניקסטער זייגער אַ סך מער ווי אין האַרבסט, ווען מיר רוקן דעם זייגער צוריק מיט אַ שעה.

הגם מע פֿאַרלירט בלויז אַ שעה בײַם איבערשטעלן דעם זייגער פֿאָרויס, פֿילן זיך געוויסע מענטשן נישט־אויסגעשלאָפֿן, אַפֿילו אַ וואָך נאָך דעם בײַט, בפֿרט אין די ראַיאָנען, וווּ די פֿרימאָרגנס זענען פּלוצלינג געוואָרן אַ סך פֿינצטערער.

„אונדזער אינעווייניקסטער זייגער ווערט שטאַרק באַווירקט פֿון ליכט,‟ האָט דערקלערט ד״ר מאָהאַמעד כאַמאַדע, דער מעדיצינישער דירעקטאָר פֿון אַ צענטער פֿאַר שלאָף־פּראָבלעמען אין שיקאַגע. „די ליכט פֿונעם דרויסן באַשטימט אָפֿט מאָל ווען מיר זאָלן אויפֿשטיין. ווען ס׳איז נישטאָ קיין ליכט, צעמישט עס אַ ביסל אונדזער נאַטירלעכן זייגער.‟

דער האָרמאָן מעלאַטאָנין העלפֿט אונדז אַנטשלאָפֿן ווערן, האָט כאַמאַדע געזאָגט. „בײַ טאָג ווערט דער מעלאַטאָנען אײַנגעהאַלטן, אַ דאַנק דעם זונענשײַן, זענען מיר דערפֿאַר נישט אַזוי שלעפֿעריק. אָבער אויב מיר וועקן זיך אויף ווען ס׳איז נאָך פֿינצטער אין דרויסן, ווערט בײַ אונדז אין גוף אַרויסגעלאָזט אַ גרעסערער פּראָצענט מעלאַטאָנין, פֿילן מיר זיך דערפֿאַר שלעפֿעריקער און אַ ביסל ׳פֿאַרטשאַדעט׳,‟ האָט כאַמאַדע באַטאָנט.

כאַמאַדע האָט געגעבן עטלעכע עצות ווי גרינגער צו מאַכן דעם איבערגאַנג: טרינקט אַ וואָך לאַנג נישט קיין קאַווע; מײַדט אויס פֿיזישע געניטונגען פּונקט פֿאַרן שלאָפֿן־גיין, און לייגט זיך שלאָפֿן אַ שעה פֿריִער.

און אָט איז נאָך אַן עצה: באַלד ווי איר וועקט זיך אויף, צינדט אָן אַ לאָמפּ מיט אַ שטאַרק־העלער ליכט; אַזוי וועט איר „אָפּנאַרן‟ דעם גוף, אַז די זון שײַנט יאָ.