No Place Like Home

פּסחדיקער מאַנדל־לעקעך

Passover Almond Cake

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

  • Print
  • Share Share

געוויינטלעך מאַכט מען נישט קיין לעקעך מיט איילבערט־בוימל, אָבער דער פּסחדיקער דעסערט איז דווקא זייער לײַכט און דעליקאַט.

1 טעפּל מאַנדל־שפּילטערס (slivered almonds)

1/4 טעפּל מצה טאָרט־מעל (matzah cake meal)

1/4 טעפּל קאַרטאָפֿל־קראָכמאַל

3/4 טעפּל צוקער

1/4 לעפֿעלע זאַלץ

די געלעכלעך פֿון 5 אייער

1/2 טעפּל איילבערט־בוימל

3 לעפֿל אַמאַרעטאָ־ליקער

די ווײַסלעך פֿון 4 אייער, בײַ דער שטוב־טעמפּעראַטור

פֿרישע מאַלינעס, צום באַפּוצן

הייצט אָן דעם אויוון אויף 325 גראַד (165 צעלזיוס). צעשפּרייט די מאַנדלען אין אַ בעקן און באַקט זיי ביז זיי ברוינען זיך צו, 10־12 מינוט.

מישט די מאַנדלען צונויף מיטן מצה טאָרט־מעל, קראָכמאַל, 1/4 טעפּל צוקער און זאַלץ אין אַ שפּײַזמאַשין, ביז די מאַנדלען ווערן אין גאַנצן צעמאָלן.

אין אַ שיסל, קלאַפּט צונויף די געלעכלעך, איילבערט־בוימל, אַמאַרעטאָ און אַ העלפֿט פֿונעם מאַנדל־געמיש. אין אַ צווייטער שיסל, מישט די ווײַסלעך מיט אַן עלעקטרישן מישער 3 מינוט. גיט צו 1/2 טעפּל צוקער און מישט ווײַטער, ביז עס ווערט אַ שניי.

זייער פּאַמעלעך, מישט צונויף דאָס מאַנדל־געמיש, דאָס געלעכל־געמיש און די ווײַסלעך.

באַשמירט דעם בעקן מיט אַ ביסל איילבערט־בוימל, און באַלייגט דעם בעקן מיט פּערגאַמענט־פּאַפּיר. גיסט דאָס טייג אַרײַן אינעם בעקן. באַקט עס ביז עס ווערט גאָלד פֿון אויבן, און אַ ציין־שטעכער קומט אַרויס ריין, בערך 45 מינוט.

שטעלט דעם בעקן אויף אַ מעטאַלענעם געשטעל און, ניצנדיק אַ מעסער, „קלעפּט אָפּ‟ דעם לעקעך פֿון די זײַטן פֿון בעקן. לאָזט עס זיך אָפּקילן אַ האַלבע שעה. באַפּוצט דעם לעקעך מיט די מאַלינעס.


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.