No Place Like Home

רבנים מוזן רעדן מיט די בחורים וועגן זרע לבֿטלה

Rabbis Must Talk to Orthodox Boys About Masturbation

פֿון בצלאל ז. געלבערג (Forward)

  • Print
  • Share Share
THINKSTOCK

פֿרומע ייִדן האָבן גרויסע שוועריקייטן בײַם רעדן וועגן סעקס מיט יונגע־לײַט, בפֿרט אין שײַכות מיט שפֿיכת זרע לבֿטלה — צי דאָס טרעפֿט בעתן שלאָף, צי דורכן אָנאַנירן (אָדער ווי מע זאָגט אויף היימיש ייִדיש — „אויסרײַבן זיך‟).

כ׳בין לעצטנס בײַגעווען אויף אַ שאלות־און־תּשובֿות סעסיע מיט אַ רבֿ אין אַן אָרטאָדאָקסישער אינסטיטוציע, און איין מענטש פֿונעם עולם האָט געפֿרעגט, ווען — אָדער אויב — אַ טאַטע זאָל רעדן מיט זײַנע זין אויף די דאָזיקע צוויי טעמעס. נאָך איידער דער רבֿ האָט געקענט ענטפֿערן, האָט אַ רביצין אַרויסגערופֿן: „ס׳זענען דאָ קינדער דאָ!‟ (דער ייִנגסטער מענטש אינעם זאַל האָט שוין געהאַלטן בײַם ווערן אַ בר־מיצווה — און לויט מײַן מיינונג, איז 12 יאָר אַלט דווקא זייער אַ פּאַסיקע עלטער צו הערן אַזאַ שמועס.) דער רבֿ האָט געענטפֿערט, אַז ער ווייסט נישט דעם ענטפֿער, און וועט מסתּמא פֿרעגן זײַן אייגענעם רבֿ, ווען זײַנע קינדער וועלן עלטער ווערן.

אינעם עולם זענען אויך געזעסן צענדליקער נישט־חתונה געהאַטע ישיבֿה־בחורים. כּמעט אַלע האָבן זיך שוין אַ מאָל געראַנגלט מיט דער יצר־הרע פֿון קוקן אויף פּאָרנאָגראַפֿישע בילדער און ווידעאָס, און אָנאַנירן. אָבער די ישיבֿות רעדן בכלל נישט וועגן די ענינים.

מיט עטלעכע יאָר צוריק האָב איך געפֿרעגט אַ רבֿ, מײַנער אַ גוטער פֿרײַנד, צי ער האָט אַ מאָל געשמועסט מיט זײַן זון וועגן דער בײַ־נאַכטיקער שפֿיכת זרע לבֿטלה. „נאָך נישט,‟ האָט ער געענטפֿערט. כ׳האָב אים ווידער געפֿרעגט עטלעכע יאָר שפּעטער, האָט ער געזאָגט: „ניין, ס׳איז קיין מאָל נישט געקומען צו רייד.‟ דאָס שווײַגן וועגן דער טעמע שאַפֿט אָבער אַ שווערן מצבֿ פֿאַר אַ ייִנגל, וועלכער פֿאַרשטייט נישט פֿאַר וואָס ער וועקט זיך אַ מאָל אויף מיט אַ קלעפּיקן לײַלעך, אָדער אפֿשר פֿאַרשטייט ער יאָ, און דערפֿילט סײַ בושה, סײַ שולדגעפֿיל. ס׳איז ממש קאַלטהאַרציק צו באַהאַלטן פֿון אונדזער יוגנט דעם אמת וועגן דער ביאָלאָגישער נאַטור פֿון אַ מענטשן, פּשוט ווײַל ס׳איז אונדז אַ ביסל פּריקרע צו רעדן וועגן דעם.

ווען אַזוינע טעמעס ווערן פֿאַרשוויגן, דאַכט זיך דעם בחור דרײַ זאַכן: ערשטנס, אַז ווייניק מענטשן האָבן די זעלבע פּראָבלעם, וואָס ער האָט; צווייטנס, אַז מע קען עס גרינג באַהערשן דורך אַ שטאַרקן ווילן, און דריטנס, אַז דאָס באַראַטן זיך מיט אַ לערער, טאַטע אָדער אַ רבֿ וועט בלויז אַרויסרופֿן פֿאַרדאַמונג, נישט מיטגעפֿיל.

איין זאַך וואָלט בכלל נישט געדאַרפֿט זײַן קיין ענין: דאָס רעדן וועגן די אַזוי־גערופֿענע „נאַסע חלומות‟, ווײַל דאָס ייִנגל טוט עס נישט בכּיוון, און אונדזער טראַדיציע גיט אונדז אַפֿילו אַ רפֿואה דערצו: גיין אין מיקווה און זאָגן „תּיקונים‟.

אַ שמועס וועגן אָנאַניזם איז אַ ביסל מער קאָמפּליצירט, ווײַל פֿאַר דער חופּה האָט אַ בחור נישט קיין מיטל ווי אַרויסצולאָזן זײַנע סעקסועלע נטיות. אָבער דאָס בכלל נישט רעדן וועגן דעם, אָדער דאָס זאָגן אים „מע טאָר נישט‟ איז אַ נישט־געראָטענע סטראַטעגיע, און זייער נישט־מענטשלעך. אַ שמועס מיטן רבֿ, טאַטע, אָדער עלטערן ברודער וועגן זרע לבֿטלה מוז זײַן אָפֿנהאַרציק און סענסיטיוו צום בחורס געפֿילן.

אין פּרקי־אָבֿות שטייט, אַז יעדער איינער וואָס באַהערשט זײַנע אימפּולסן איז אַ גיבור, אָבער ס׳איז נישט מענטשלעך זיך צו ריכטן, אַז יעדער ייִד קאָן זיך תּמיד פֿירן ווי אַ גיבור.

לויט מײַן מיינונג וואָלט מען געדאַרפֿט געבן ייִנגלעך, וואָס האַלטן בײַם אַנטוויקלען מענערישע שטריכן, ווי אויך די עלטערע נישט־חתונה געהאַטע מאַנסבילן, אַזאַ דערקלערונג:

„על־פּי־דין איז שפֿיכת־זרע פֿאַרווערט, ווען אַ מאַן טוט עס נישט מיט זײַן פֿרוי. חז״ל זאָגט טאַקע, אַז ס׳איז איינע פֿון די ערגסטע זאַכן, וואָס מע קען טאָן. די הלכה זאָגט אָבער אַן ענלעכע זאַך וועגן לשון־הרע. ביידע ווערן געגליכן צו אַ מאָרד. און דאָך, באַגייט כּמעט יעדער איינער לשון־הרע, און כּמעט יעדער בחור רײַבט זיך אויס אַ מאָל. אין ביידע פֿאַלן, דאַרף דער מענטש זיך באַמיִען עס אײַנצאַמען אַזוי ווײַט ווי מעגלעך; און אויב ער באַגייט אַזאַ חטא, דאַרף ער תּשובֿה טאָן. ער דאַרף זיך אָבער למען־השם נישט פּײַניקן איבער דעם, אָדער לײַדן פֿון חרפּה, ווײַל ער דאַרף פֿאַרשטיין, אַז דאָס זענען צווישן די גרעסטע שוועריקייטן, וואָס אַ מענטש דאַרף גובֿר זײַן.‟

אין דער ישיבֿה וווּ איך בין אַ לערער, האָט אַ צווייטער לערער איין מאָל געזאָגט, אַז די טעמע, שפֿיכת זרה לבֿטלה, דאַרף מען אַרומרעדן מיט די בחורים באַזונדער, נישט אין אַ גרופּע. אָבער טרעפֿט עס דען אַמאָל? ווען איז דאָס לעצטע מאָל, וואָס אַ לערער איז צוגעגאַנגען צו אַ תּלמיד און געפֿרעגט: „האָסט אפֿשר שוועריקייטן מיט דײַנע סעקסועלע באַגערן?‟ וועט אַ פֿרומער טאַטע זיך אַוועקזעצן מיט זײַן 12־יאָריקן זון און זאָגן, „לאָמיר רעדן וועגן די ביאָלאָגישע, פּסיכאָלאָגישע און הלכישע אַספּעקטן פֿון שפֿיכת זרע לבֿטלה‟? אַוודאי נישט. זיי וואַרטן ביז די ייִנגלעך וועלן זיי אַליין פֿרעגן וועגן דעם, וואָס געשעט כּמעט קיין מאָל נישט.

און אויב אַ רבֿ אָדער טאַטע פֿילט, אַז ער קען נישט רעדן אויף אַזוינע טעמעס, קאָן ער כאָטש געבן דעם בחור דעם טעלעפֿאָן פֿון אַ פֿרומען פּסיכאָטעראַפּעווט, וועלכער קאָן יאָ רעדן וועגן סעקסועליטעט אויף אַן אָפֿן־האַרציקן, פֿרומען אופֿן.

אין בראשית, לייענען מיר יעדן ראש־השנה, ווי דער אייבערשטער האָט דערהערט דאָס קול פֿון ישמעל אין מידבר „באשר הוא שם‟, אינעם מצבֿ וווּ דער מענטש אַליין געפֿינט זיך. וואָס שייך סעקסועלע ענינים, דאַרפֿן מיר זיך אויך באַציִען צו די יונגע לײַט, אויף אַן אופֿן וואָס זיי פֿאַרשטייען — איבערגעבן זיי אונדזער מסורה, אָבער מיט פֿאַרשטאַנד און ליבשאַפֿט.