No Place Like Home

קאַליפֿיאָר מיט פּאָמידאָרן

Cauliflower With Tomatoes

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

  • Print
  • Share Share

עסט די געשמאַקע פּאָטראַווע ווי אַ בײַ־געריכט פֿאַר פֿיש אָדער הינדל, אָדער צעלייגט עס איבער רויע שפּינאַט־בלעטער ווי אַ סאַלאַט.

7 טעפּלעך קאַליפֿיאָר־בלימעלעך

3 פּאָמידאָרן, צעשניטן

1/4 טעפּל איילבערט־בוימל

2 ציינדלעך קנאָבל, צעהאַקט

1/2 לעפֿעלע קמיניק־קערעלעך

1.4 לעפֿעלע קורקומע

אַ לעק רויטע פֿעפֿער־פּראָשיק

1/2 לעפֿעלע זאַלץ

שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק

לימענע־זאַפֿט

צעשניטענע פּעטרישקע־בלעטלעך

שטעלט אָן דעם אויוון אויף 450 גראַד (232 צעלזיוס).

אין אַ גרויסער שיסל מישט גוט צונויף די קאַליפֿיאָר־בלימעלעך, פּאָמידאָרן, בוימל, קנאָבל, קמיניק־קערעלעך, קורקומע, רויטע פֿעפֿער־פּראָשיק, זאַלץ און פֿעפֿער.

גיט דאָס געמיש אַרײַן אין אַ בעקן און בראָט עס אינעם אויוון בערך 25 מינוט. באַשפּריצט עס מיטן לימענע־זאַפֿט און גאַרנירט עס מיט די פּעטרישקע־בלעטלעך.


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.