No Place Like Home

באַצאָלט ווייניקער פֿאַר מעדיקאַמענטן

Pay Less for Your Prescriptions

  • Print
  • Share Share

די פּרײַזן פֿון מעדיקאַמענטן אין אַמעריקע זענען הײַנט אָפֿט אומגלייבלעך הויך, און דערפֿאַר איז כּדאַי זיך צו דערוויסן ווי אַזוי צו באַקומען הנחות. אָט זענען 8 עצות פֿון די עקספּערטן, לויט אַן אַרטיקל פֿון האַל בונדריק, אַ פֿינאַנציעלער עצה־געבער, וואָס איז לעצטנס געדרוקט געוואָרן אין US News and World Report:

1) ניצט קופּאָנען. די גרויסע אַפּטייקן און כּל־בו־געשעפֿטן שיקן רעגלמעסיק אַרויס קופּאָנען מיט דער פּאָסט; קוקט זיי דורך, און שנײַדט אויס יענע, וואָס זענען אײַך ניצלעך. קוקט אויך אויף דער וועבזײַט פֿון די געשעפֿטן צו זען וואָס פֿאַר אַ זאַכן פֿאַרקויפֿט מען איצט בײַ אַ רעדוצירטן פּרײַז. פֿרעגט דעם אַפּטייקער, צי ער קען אײַך געבן ספּעציעלע הנחה־קאַרטלעך פֿון דער אַפּטייק, וואָס קאָן אײַך שפּאָרן נאָך 10־25 פּראָצענט.

2) פּרוּווט עס אויס איידער איר קויפֿט עס. פֿרעגט דעם אַפּטייקער, צי ער האָט אומזיסטע מוסטערס פֿון אַ נײַעם מעדיקאַמענט, וואָס אײַער דאָקטער האָט אײַך פֿאַרשריבן. די פֿירמעס פֿון די מעדיקאַמענטן מעלדן אָפֿט, אַז מע קען אויספּרוּוון אַ נײַעם מעדיקאַמענט פֿרײַ פֿון אָפּצאָל גאַנצע 30 טעג; מע קען געפֿינען זייערע קופּאָנען אין פֿאַרשידענע זשורנאַלן.

3) קלײַבט אויס די גענערישע מעדיקאַמענטן — די וועלכע זענען נישט געמאַכט פֿון אַ באַרימטער פֿירמע. די קוואַליטעט איז די זעלבע ווי די הייל־מיטלען, פּראָדוצירט פֿון די באַרימטע נוסחאָות, אָבער קאָסטן 80־85 פּראָצענט ווייניקער. במשך פֿון די קומעדיקע עטלעכע יאָר וועט זיך טאַקע ענדיקן דער פּאַטענט פֿון אַ צאָל פּאָפּולערע מעדיקאַמענטן ווי, למשל, Nexium (אַ מיטל קעגן מאָגן־פּראָבלעמען), און Celebrex (קעגן אַרטריט); וועט איר דעמאָלט האָבן נאָך אַ גרעסערן אויסקלײַב פֿון גענערישע מעדיקאַמענטן ווי איצט.

4) פֿאָרשט אויס די רעגירונג־פּראָגראַמען. אויב איר זענט 65 יאָר אָדער עלטער, זענען דאָ פּראָגראַמען אין אַ סך שטאַטן, וואָס העלפֿן דעקן די בלויזן פֿון Medicare Part D, און העלפֿן אויך די פּאַציענטן פֿון אַלע עלטערס צו באַקומען וואָלוועלע הייל־מיטלען. געפֿינט אַ פּראָגראַם אין אײַער ראַיאָן אויף דער וועבזײַט medicare.gov.

5) פֿרעגט אײַער דאָקטער וועגן מעדיקאַמענטן, וואָס מע קען קויפֿן אָן אַ רעצעפּט — זיי זענען אָפֿט מאָל ביליקער.

6) פֿרעגט דעם דאָקטער, צי איר קענט קויפֿן די פּילן מיט אַ טאָפּלטער דאָזע, וואָס איר קענט צעשנײַדן אויף דער העלפֿט. דאָס קען אײַך אײַנשפּאָרן אַ היפּשע סומע. צעשנײַדן פּילן איז נישט תּמיד גרינג, אָבער אַ סך אַפּטייקן פֿאַרקויפֿן אַ פּיל־צעשנײַדער, וואָס מאַכט עס אַ סך גרינגער.

7) קויפֿט די מעדיקאַמענטן פֿון אַ הורט־קלוב, ווי Costco אָדער Sam‘s Clubs, וואָס פֿאַרקויפֿן מעדיקאַמענטן מיט אַ הנחה. די מיטגלידער פֿון אַזוינע קלובן קאָנען זיך אויך אָנשליסן אין זייערע מעדיקאַמענט־פּראָגראַמען (prescription programs, בלע״ז), און דערבײַ קויפֿן די מעדיקאַמענטן מיט הנחות ביז 40%.

8) איין אופֿן נישט צו שפּאָרן געלט איז איבערצוהיפּן דאָזעס. מענטשן וואָס נעמען נישט אײַן זייערע מעדיקאַמענטן לײַדן פֿון אַן ערגערן געזונט־מצבֿ און דאַרפֿן אָפֿטער געבראַכט ווערן אין פּקוח־נפֿש אָפּטייל, ווי די וואָס טוען עס יאָ, גיט איבער דער „צענטער פֿון קראַנקייט־קאָנטראָל‟.