No Place Like Home

בלעטערקרויט־פּעסטאָ

Kale Pesto

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

  • Print
  • Share Share

דער סאָוס האָט אַ הויכן פּראָצענט „אָמעגאַ־3‟ און איז געשמאַק מיט מאַקאַראָנע אָדער באַשמירט איבער געבראָטענער הון.

2 טעפּלעך צעריסן בלעטערקרויט

1 טעפּל פֿרישע באַזיליק־בלעטער

1 לעפֿעלע זאַלץ

1/4 טעפּל איילבערט־בוימל

1/4 טעפּל וועלשענע ניס

4 ציינדלעך קנאָבל

1/2 טעפּל פּאַרמע־קעז

געקאָכטע מאַקאַראָנע

ברוינט די וועלשענע ניס אין אַ הייסער פּאַטעלניע, בערך 1 מינוט, מישנדיק כּסדר.

גיט דאָס בלעטערקרויט, באַזיליק און זאַלץ אַרײַן אין אַ שפּײַזמאַשין. פּולסירט 10־12 מאָל, ביז דאָס בלעטערקרויט ווערן שטאַרק צעהאַקט. בעת איר פּולסירט ווײַטער, גיסט צו־ביסלעך אַרײַן דעם בוימל, און דערנאָך די וועלשענע ניס, קנאָבל און קעז.

ווען עס ווערט דערפֿון אַ גרינעם סאָוס, מישט עס אַרײַן אין די הייסע מאַקאַראָנע אָדער באַשמירט עס איבער געבראָטענער הון.


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.