No Place Like Home

דערמאָנונגען העלפֿן פּאַציענטן

Reminders Help Patients Stick With Meds

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

  • Print
  • Share Share

מענטשן וואָס ווערן שפּיטאָליזירט צוליב אַ האַרץ־אַטאַק אָדער אַנגינאַ, וועלן זײַן מער גענייגט ריכטיק אײַנצונעמען זייערע מעדיקאַמענטן נאָכן אַהיימקומען, אויב אַן אַפּטייקער גיט זיך אָפּ מיט זיי אויף אַ פּערזענלעכן אופֿן, גיט איבער אַ נײַע פֿאָרשונג.

געוויינטלעך, וועלן אַ דריטל פֿון די האַרץ־פּאַציענטן אויפֿהערן אײַננעמען זייערע פּילן בלויז איין חודש נאָכן אַהיימפֿאָרן פֿון שפּיטאָל. די פֿאָרשער האָבן אָבער אַנטדעקט, אַז בײַ די פּאַציענטן, וואָס האָבן זיך באַטייליקט אין אַ פּראָגראַם, וווּ מע גיט זיך ספּעציעל אָפּ מיט זיי, זענען די שאַנסן פֿון ווײַטער אײַננעמען די פּילן געווען אַ סך העכער, ווי בײַ די אַנדערע פּאַציענטן.

די פּראָגראַם איז באַשטאַנען פֿון דרײַ טיילן: מע האָט רעגלמעסיק געלערנט די פּאַציענטן ווי אַזוי אויפֿצוהאַלטן אַ געזונטן לעבן־שטייגער; מע האָט פֿאַרזיכערט, אַז זייערע דאָקטוירים און אַפּטייקער באַראַטן זיך אָפֿט איינער מיטן צווייטן, און מע האָט דערמאָנט די פּאַציענטן טעלעפֿאָניש אײַנצונעמען די מעדיקאַמענטן. די פּראָגראַם איז רעלאַטיוו ביליק, האָבן די פֿאָרשער צוגעגעבן — בערך $360 אַ פּאַציענט.

די פֿאָרשער האָבן אָבסערווירט 241 האַרץ־פּאַציענטן איבער די פֿאַראייניקטע שטאַטן, נאָכן אַהיימשיקן זיי פֿון שפּיטאָל. אַ העלפֿט פֿון זיי האָט מען אַרײַנגענומען אין דער דערמאָנונג־פּראָגראַם, און די צווייטע העלפֿט — נישט.

מיט אַ יאָר שפּעטער האָבן 89% פֿון די פּאַציענטן, וועלכע האָבן זיך באַטייליקט אין דער פּראָגראַם, ווײַטער אײַנגענומען די מעדיקאַמענטן; בײַ די וועלכע האָבן זיך נישט באַטייליקט, האָבן בלויז 74% נאָך אַלץ אײַנגענומען די פּילן. די שטודיע איז פּובליקירט געוואָרן דעם 18טן נאָוועמבער אינעם זשורנאַל JAMA Internal Medicine.

אינטערעסאַנט איז אָבער, אַז די מענטשן וועלכע האָבן אײַנגענומען אָפֿטער די פּילן, האָבן נישט תּמיד געהאַט אַ נידעריקערן בלוטדרוק אָדער ווייניקער כאָלעסטעראָל אינעם בלוט, ווי די וועלכע האָבן נישט אײַנגענומען די פּילן, האָט איבערגעגעבן ד״ר ריטאַ רעדבערג, די רעדאַקטאָרין פֿון JAMA Internal Medicine.

„איידער מיר עצהן די געזונט־אינסטיטוציעס צו אינוועסטירן אין דער סטראַטעגיע, דאַרף מען נאָך אויספֿאָרשן, צי די פּראָגראַם העלפֿט זיי טאַקע בלײַבן געזינטער, צי נישט,‟ האָט רעדבערג געזאָגט.


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.