No Place Like Home

טײַטש פֿון אויסדרוקן בײַ די שדכנות־וועבזײַטן

Guide to Phrases Used at Dating Websites

  • Print
  • Share Share

די בלאָגערין מאַרדזשי (מרים־רחל) ניומאַן (diasporaprairie.com), אַ קינד פֿון דער שארית־הפּליטה און אַ געגטע מאַמע פֿון צוויי קינדער, טײַטשט אויס די פֿראַזעס, וואָס מענער ניצן אין זייער פּראָפֿיל, בעת זיי זוכן ראַנדקעס דורך דער אינטערנעץ.


אויב איר זענט ווי איך, איז אײַך שוין נימאס געוואָרן צו זוכן ראַנדקעס דורך דער אינטערנעץ. מע האַלט אין איין זוכן, יאָר־אײַן יאָר־אויס, און אַפֿילו אויב מ׳איז פֿון דער נאַטור אַן אָפּטימיסט, איז אויך צום אָפּטימיזם דאָ אַ גרענעץ.

ס׳קריכט שוין פֿון האַלדז די אייביקע פֿראַגע, וואָס די מענער פֿרעגן: Do you speak Jewish? ס׳איז דיר שוין נימאס געוואָרן צו דערקלערן זיי, אַז עס זענען פֿאַראַן אַ גאַנצע ריי „דזשויִש‟ שפּראַכן — העברעיִש, ייִדיש, לאַדינאָ, יודעאָ־פּראָווענסאַל, און אַזוי ווײַטער.

אָבער איין מעלה וואָס איז יאָ אַרויס פֿון דײַנע יאָרן אויף די שדכנים־וועבזײַטן OK Cupid און Match איז, אַז סוף־כּל־סוף, האָסטו אויסגעפּלאָנטערט דעם קאָד, וואָס די מענער ניצן בײַם באַשרײַבן זיך אַליין ווי אַ טייל פֿון זייער פּראָפֿיל. אָט זענען די באַקאַנטסטע פֿראַזעס, וואָס די מענער ניצן, צוזאַמען מיט דער „איבערזעצונג‟:

1 . „איך זוך אַ פֿרוי, וועלכע ווייסט ווי זיך צו האַלטן שיין.‟

טײַטש: „כאָטש איך בין אַליין נישט אַזוי שיין אָדער דאַר, דאַרפֿסטו זײַן שלאַנק, אַ יפֿת־תּואר, ציכטיק און שיין־געקליידט.‟

2 . „דו מוזסט זײַן פֿינאַנציעל זיכער.‟

טײַטש: „איך האָב אַ ביסל געלט, אָבער אויף דיר וועל איך עס מסתּמא נישט אויסגעבן.‟

3 . „מײַנע קינדער זענען מײַן פּריאָריטעט.‟

טײַטש: „איך בין צופֿרידן צו הולטײַעווען מיט דיר, אָבער בלויז אין די טעג, וואָס מײַנע קינדער שטייען נישט אײַן בײַ מיר.‟

4 . „כ׳בין אַ גוטער טאַטע.‟

טײַטש: „איך פֿיל זיך געוואַלדיק שולדיק וועגן דעם גט. דערפֿאַר בין איך נישט צו שטרענג מיט מײַנע קינדער. זיי מעגן מיר שיקן טעקסטלעך דרײַ אָדער פֿיר מאָל בשעת אונדזער ראַנדקע, און איך וועל זיי ענטפֿערן יעדעס מאָל, אַפֿילו אויב דער אינהאַלט פֿון די טעקסטלעך האָט נישט קיין שײַכות מיט קיין נויטפֿאַל אָדער ברענענדיקן ענין.‟

5 . „איך מיט מײַן געוועזענער פֿרוי קומען אויס זייער גוט.‟

טײַטש: „מײַן מאָבילקע קלינגט מיט אַ ספּעציעלן קלאַנג, ווען זי רופֿט מיך אָן. ווען איך הער דעם קלאַנג, ענטפֿער איך עס תּיכּף, אַפֿילו אויב דו און איך האַלטן זיך אין מיטן קושן. אויב זי בעט מיך עפּעס, וועל איך זיך מוזן געזעגענען און גיין איר העלפֿן, אַפֿילו אויב ס׳איז בלויז אַ קלייניקייט אין הויז וואָס איך דאַרף פֿאַרריכטן.‟

6 . „איך האָב אַ יוגנטלעכע נאַטור.‟

טײַטש: „איך בין שוין, קיין עין־הרע, אַ ייִד אין די יאָרן, אָבער כּדי דאָס צו פֿאַרדעקן, גיי איך אָפֿט אין אַ סאָלאַריום, אַז מײַן הויט זאָל אויסזען צוגעברוינט פֿון דער זון; און יעדן טאָג, גאַנץ פֿרי, לויף איך עטלעכע מײַל, טראָגנדיק ענגע הייזקעס מיט שרײַיִקע קאָלירן.

7 . „כ׳יאָג זיך נישט ווידער חתונה צו האָבן.‟

טײַטש: „דו וועסט קיין מאָל נישט ווערן מײַן איינציקע געליבטע.‟

8 . „איך בין אַן אַלמן, אָבער כ׳בין שוין, סוף־כּל־סוף, גרייט ווידער צו גיין אויף ראַנדקעס, כאָטש איך געדענק זייער גוט מײַן גליקלעכן לאַנג־יאָריקן צוזאַמענלעבן מיט מײַן ליבער פֿאַרשטאָרבענער פֿרוי…‟ טײַטש: „כ׳בין בכלל נישט גרייט ווידער אַרויסצוגיין מיט אַנדערע פֿרויען. איך וועל מספּיד זײַן מײַן פֿרוי, צום ווייניקסטן, צוויי מאָל בשעת אונדזער ראַנדקע. אויב איך פֿאַברענג גוט מיט דיר, וועל איך דיר קיין מאָל מער נישט קלינגען, ווײַל מײַן שולדגעפֿיל איז פּשוט צו גרויס.‟