No Place Like Home

סכּנה פֿון ערנסטער אויגן־צרה בײַ זיבעלעך

Risk of Future Eye Problem Among Preemies

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

  • Print
  • Share Share
Getty Images

בײַ די קינדער, וועלכע זענען געבוירן געוואָרן צו פֿרי, איז פֿאַראַן אַ גרעסערע סכּנה, אַז זייער נעצהײַטל (retina) וועט שפּעטער זיך אָפּטיילן, גיט איבער אַ נײַע שטודיע.

ווען דאָס נעצהײַטל ווערט בײַ אַ מענטשן אָפּגעטיילט, קאָן ער פֿאַרלירן אַ טייל פֿון דער ראיה אָדער, חלילה, בלינד ווערן, סײַדן מע פֿאַרריכט דעם פֿעלער דורך כירורגיע.

די פֿאָרשער האָבן אַנאַליזירט די סטאַטיסטיק פֿון מער ווי דרײַ מיליאָן מענטשן, וועלכע זענען געבוירן געוואָרן אין שוועדן צווישן 1973 און 2008, און בפֿרט אין די יאָרן צווישן 1987 און 2008. בײַ די, וועלכע זענען געבוירן געוואָרן ווען די מאַמע האָט זיי געטראָגן ווייניקער ווי 28 וואָכן, אָדער זיבן חדשים (דערפֿאַר הייסט אַזאַ קינד אַ „זיבעלע‟) — איז די ריזיקע פֿון אַן אָפּגעטיילטן נעצהײַטל געווען אויף 9 מאָל גרעסער ווי בײַ יענע עופֿעלעך, וועלכע זענען געבוירן געוואָרן צו די גאַנצע נײַן חדשים.

בײַ די קינדער, וועלכע זענען געבוירן געוואָרן שפּעטער, איז די ריזיקע געווען אַ קלענערע: אויב דאָס קינד איז געבוירן געוואָרן נאָכן טראָגן עס צווישן 28 און 31 וואָכן, איז די ריזיקע געווען דרײַ מאָל אַזוי פֿיל. די, וועלכע זענען געבוירן געוואָרן צווישן 32־36 וואָכן — איז בכלל נישט געווען קיין גרעסערע ריזיקע פֿון דער נעצהײַטל־אָפּטיילונג.

אין 1986 האָט מען אין שוועדן אײַנגעפֿירט אַ פּראָגראַם, וווּ די אויגן־דאָקטוירים האָבן רעגלמעסיק בודק געווען אַלע פּאַציענטן, צו פֿאַרזיכערן, אַז עס וואַקסן נישט קיין אומנאָרמאַלע אָדערן אינעם נעצהײַטל, וואָס געפֿינט זיך הינטערן אויג. אַזאַ פּאַסירונג קאָן גורם זײַן דאָס אָפּטיילן פֿונעם נעצהײַטל, גיט איבער אַ בולעטין פֿון דער „אַמעריקאַנער אַקאַדעמיע פֿון אָפּטאַלמאָלאָגיע‟.

אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן ווערן יעדעס יאָר געבוירן מער ווי אַ האַלבער מיליאָן זיבעלעך. דאָס איז די זעקסט־העכסטע צאָל פֿרי־צײַטיקע געבורטן פֿון אַלע לענדער אין דער וועלט.