No Place Like Home

לאַטקעס לכּבֿוד חנוכּה און דאַנקטאָג

Latkes for Thanksgiving-Chanukah Celebration

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

  • Print
  • Share Share

לאַטקעס

1 ציבעלע, צעהאַקט

3 טעפּלעך צעמאָלענע קירבעס

2 אייער

1/4 טעפּל מעל

1 לעפֿעלע זאַלץ

1/2 לעפֿעלע שוואַרצער פֿעפֿער

בוימל

זשורעכלינע־סאָוס מיט סמעטענע

1/4 טעפּל צעהאַקטע געטריקנטע זשורעכלינעס (cranberries)

1 טעפּל ווייניק־פֿעטיקע סמעטענע

2 לעפֿל ברוינער צוקער

1 לעפֿעלע צימערינג

1/4 לעפֿעלע מושקאַט

הייצט אָן 1 לעפֿל בוימל אין אַ פּאַטעלניע איבער אַ מיטעלן פֿײַער. פּרעגלט די ציבעלע ביז עס ווערט ווייך און צוגעברוינט, אַרום 12־15 מינוט. גיט די ציבעלע אַרײַן אין אַ שיסל און מישט עס אויס מיט דעם צעמאָלענעם קירבעס, אייער, מעל, זאַלץ און פֿעפֿער.

ווישט אָפּ די פּאַטעלניע. הייצט זי ווידער אָן און גיט אַרײַן 1/4 צאָל (6.35 מילימעטער) בוימל. גיט אַרײַן דאָס קירבעס־געמיש לעפֿלווײַז און פּרעגלט אויף ביידע זײַטן ביז זיי ברוינען זיך צו. פּרעסט די לאַטקעס צווישן פּאַפּירענע האַנטעכלעך, כּדי אָפּצוציִען די פֿעטקייט.

אין אַ קליינער שיסל מישט צונויף די זשורעכלינעס, סמעטענע, ברוינעם צוקער, צימערינג און מושקאַט. דערלאַנגט דעם סאָוס צום טיש צוזאַמען מיט די לאַטקעס.


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.