No Place Like Home

פֿרעג נישט!

Don‘t Ask!

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

  • Print
  • Share Share

דער אופֿן ווי אַזוי אַ דאָקטער רעדט וועגן וואַקצינען קאָן מאַכן אַ גרויסן אונטערשייד אין דעם, צי די עלטערן זאָלן דערלויבן צו וואַקצינירן די קינדער, צי נישט, גיט איבער אַ נײַע שטודיע.

טאַטע־מאַמע וועלן זיך זעלטענער אַנטקעגנשטעלן אַקעגן די אײַנשפּריצונגען, אויב אַ דאָקטער דערקלערט: „מיר דאַרפֿן געבן אײַער קינד די אײַנשפּריצונגען‟, אַנשטאָט צו פֿרעגן זיי, צי זיי ווילן, אַז מע זאָל דאָס קינד וואַקצינירן.

במשך פֿון די לעצטע יאָרן האָבן געוויסע עלטערן נישט דערלויבט מע זאָל וואַקצינירן זייערע קינדער קעגן די באַקאַנטע קינדער־קראַנקייטן, ווי קײַכהוסט (whooping cough) און מאָזלען, צוליב אַ טעאָריע, אַז די וואַקצינען קאָנען גורם זײַן בײַ זיי אויטיזם. הגם אַ צאָל וויסנשאַפֿטלעכע שטודיעס זענען געקומען צום אויספֿיר, אַז עס איז בכלל נישטאָ קיין פֿאַרבינדונג צווישן די קינדער־וואַקצינען און אויטיזם, געפֿינט זיך נאָך אַלץ אַ הויכע צאָל עלטערן, וואָס זאָרגן זיך וועגן אַזאַ פֿאַרבינדונג.

צוליב דעם וואָס אַזוינע עלטערן דערלויבן נישט צו וואַקצינירן זייערע קינדער, זענען לעצטנס געשען אַ צאָל אויסברוכן פֿון קײַכהוסט (און מאָזלען, זאָגן די עקספּערטן.

אין דער שטודיע, וואָס וועט אַרויסגעלאָזט ווערן אינעם דעצעמבער־נומער פֿונעם אַקאַדעמישן זשורנאַל Pediatrics, האָט ד״ר דאָגלאַס אָפּעל, אַ געהילף־פּראָפֿעסאָר פֿון פּעדיאַטריק אין דער מעדיצינישער שול בײַם אוניווערסיטעט פֿון וואַשינגטאָן, אַנאַליזירט 111 שמועסן צווישן עלטערן און 16 דאָקטוירים. אַ העלפֿט פֿון די דיסקוסיעס האָבן אַרײַנגענומען עלטערן, וועלכע קווענקלען זיך וועגן דערלויבן וואַקצינען פֿאַר זייערע קינדער.

74% פֿון די דאָקטוירים האָבן געמאַכט פֿעסטע דערקלערונגען ווי, למשל, „מיר דאַרפֿן געבן דעם קינד די אײַנשפּריצונגען‟, אַנשטאָט צו פֿרעגן די עלטערן: „וואָס ווילט איר טאָן וועגן די וואַקצינען?‟

בײַ די עלטערן וואָס אַ דאָקטער האָט געפֿרעגט זייער דערלויבעניש, איז דאָס אָפּזאָגן דעם וואַקצין געווען מער ווי 17 מאָל העכער ווי בײַ די עלטערן, וואָס דער דאָקטער האָט זיי געהייסן עס טאָן, האָט די שטודיע באַוויזן.

„ווען אַ דאָקטער פֿרעגט די עלטערן וואָס זיי ווילן טאָן וועגן די וואַקצינען, שיקט ער אַ סובטילן ׳מעסעדזש׳, צו די עלטערן, אַז אפֿשר האַלט ער נישט, אַז די וואַקצינען זענען נייטיק,‟ האָט געזאָגט ד״ר קענעט בראָמבערג, דירעקטאָר פֿונעם „צענטער פֿון וואַקצין־פֿאָרשונג‟ אין ניו־יאָרק. „מיר, דאָקטוירים, ווילן נישט קלינגען אויטאָריטאַריש, אָבער אין געוויסע מאָמענט מוזן מיר רעדן שטרענג און דײַטלעך, כּדי אויסצודריקן וואָס מיר האַלטן פֿאַר ריכטיק,‟ האָט ער געזאָגט.