No Place Like Home

געפֿילטע שוועמלעך

Stuffed Mushrooms

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

  • Print
  • Share Share

עס קומט באַלד דער אַמעריקאַנער דאַנקטאָג — אַ יום־טובֿ, וואָס ייִדן פּראַווען מיטן זעלבן ברען ווי אַלע אַנדערע אַמעריקאַנער. טאָמער זוכט איר אַ פֿאָרשפּײַז צו אײַער דאַנקטאָג־סעודה, איז דאָס מאכל זייער געשמאַק און גרינג צוצוגרייטן.

1/2 טעפּל ברייזל מיט איטאַליענישע געווירצן

1/2 טעפּל ראָמאַנער קעז, צעריבן

2 ציינדלעך קנאָבל, צעהאַקט

2 לעפֿל צעהאַקטע פּעטרישקע

1 לעפֿל צעהאַקטע מינץ־בלעטלעך

זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק

1/3 טעפּל איילבערט־בוימל

28 גרויסע שוועמלעך, אָן די שטאַמען

הייצט אָן דעם אויוון ביז 400 גראַד. מישט צונויף אין אַ שיסל דאָס ברייזל, ראָמאַנער קעז, קנאָבל, פּעטרישקע, מינץ, זאַלץ, פֿעפֿער און 2 לעפֿל איילבערט־בוימל.

באַשמירט אַ גרויסן בעקן מיט 1 לעפֿל איילבערט־בוימל. גיט דאָס פֿילעכץ אַרײַן אין די שוועמלעך און שטעלט זיי אַוועק אינעם בעקן. באַשפּרענקלט זיי מיטן איבעריקן בוימל.

באַקט די שוועמלעך ביז זיי ווערן ווייך און דאָס פֿילעכץ ווערט גאָלדן ברוין, בערך 25 מינוט.


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.