No Place Like Home

באָרוועס אויפֿן עראָפּלאַן

Barefoot During the Flight

  • Print
  • Share Share

הײַנטיקע צײַטן פֿליט מען אַזוי אָפֿט מיטן עראָפּלאַן, אַז אַ סך פּאַסאַזשירן האָבן שוין פֿאַרגעסן זייערע גוטע מאַנירן, האָט סטעפֿאַני ראָזענבלום לעצטנס געשריבן אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟.

„שוין עטלעכע מאָל אין די לעצטע פּאָר חדשים, ווי ס׳באַווײַזן זיך פּלוצלינג אַ פּאָר באָרוועסע פֿיס בײַ מיר אויפֿן אָנשפּאַר, אָדער אינעם שפּאַלט צווישן די בענקלעך,‟ שרײַבט ראָזנבלום. „ווי אַ פּראָטעסט, האָב איך פּשוט אָנגעכאַפּט די פֿרעמדע פֿיספֿינגער.‟

דאָס אויסטאָן די שיך און זאָקן איז בלויז איין בײַשפּיל פֿון דעם, אַז דער עפֿנטלעכער רוים, בפֿרט אין די פֿליפֿעלדער און עראָפּלאַנען, ווערט הײַנט פֿאַרוואַנדלט אין פּערזענלעכע, אינטימע ערטער. דער עראָפּלאַן ווערט באַטראַכט ווי אַן אייגענער שלאָפֿצימער.

„בעת אַ לאַנגן פֿלי טוען אַ סך מענטשן הײַנט אויס די שיך, און נישט יעדער פֿילט דעם ריח פֿון די אייגענע פֿיס,‟ האָט באַמערקט דוד הובערמאַן, וועלכער וווינט אין אַשבערן, ווירדזשיניע און פֿליט בערך 20,000 מײַל אַ חודש צוליב זײַן שטעלע. „אַפֿילו די געבילדעטע עלטערע פֿרויען טוען עס שוין אויך.‟

פֿאַר וואָס טוען מיר דאָס טאַקע? איז עס אַ שטילער פּראָטעסט קעגן דעם קליינעם זיץ־אָרט? פּסיכאָלאָגן און אַנטראָפּאָלאָגן האַלטן, אַז מיר לעבן אין אַ תּקופֿה, ווען די סמאַרטפֿאָנען און אַנדערע עלעקטראָנישע מכשירים דערמעגלעכן אונדז צו פֿירן אונדזערע אינטימע שמועסן אין עפֿנטלעכע ערטער, און דערבײַ זענען פֿאַרשוווּנדן געוואָרן די גרענעצן, וואָס מענטשן האָבן תּמיד אויפֿגעשטעלט צווישן דער פּריוואַטער און דער עפֿנטלעכער וועלט. אַזאַ פֿענאָמען קען אָבער שאַפֿן אַ שפּאַנונג צווישן די פּאַסאַזשירן אויף אַן עראָפּלאַן, וווּ מע זיצט שעהען לאַנג זייער נאָענט צוזאַמען — בפֿרט, ווען די באַמיִונגען פֿון איין פּאַסאַזשיר זיך צו מאַכן היימיש שטערט דער רו פֿון אַ צווייטן פּאַסאַזשיר. „אונדזער השׂגה פֿון אַ בשותּפֿותדיק אָרט ווערט באַשטימט לויט אַלע אונדזערע חושים,‟ שרײַבט ראָזענבלום. מיט אַנדערע ווערטער — לויט וואָס מיר זעען, הערן, שמעקן, אאַז״וו.

דאָן באָזוליטש, אַ געשעפֿטספֿרוי פֿון לאָס־אַנדזשעלעס, וועלכע פֿליט כּמעט יעדע וואָך, קען נישט פֿאַרטראָגן, ווען אַנדערע פּאַסאַזשירן פֿירן אַ שמועס בקול־רם, אָדער ווען זיי שטופּן זיך צו זײַן די ערשטע בײַם טויער, אַרײַנצוגיין אין עראָפּלאַן. און דאָס ערגסטע — זאָגט זי — איז ווען מענטשן פּאַקן אײַן זייער באַגאַזש אין מיסטזעק אַנשטאָט רענצלעך. „זיי שלעפּן זיך מיט ריזיקע שוואַרצע זעק אין יעדער האַנט.‟

דאָס פֿליִען איז אַ מאָל געווען אַ געזעלשאַפֿטלעכע געשעעניש, ווען מענטשן האָבן פֿאַרפֿירט אַ שמועס און געגעסן די מאָלצײַטן אין איינעם. אָבער הײַנט טראָגן ס׳רובֿ פּאַסאַזשירן זייערע הער־אַפּאַראַטן במשך פֿונעם גאַנצן פֿלי, און בלײַבן דערבײַ פֿאַרשלאָסן אין זייער אייגן וועלטעלע.

שטעלט זיך די פֿראַגע: וואָס איז טאַקע הײַנט פֿאַררעכנט פֿאַר העפֿלעך, און וואָס נישט? כּדי צו געפֿינען אַן ענטפֿער, האָט ראָזענבלום זיך באַראַטן מיט ליזי פּאָסט, דאָס אור־אור־אייניקל פֿון דער מומחה פֿון גוטע מאַנירן, עמילי פּאָסט, און אַ מיט־מחברטע פֿונעם בוך, Emily Post‘s Etiquette, 18th Edition. די ערשטע זאַך, וואָס ראָזענבלום האָט זי געפֿרעגט איז געווען דער ענין מיט „באָרוועסע פֿיס‟.

„לויט מײַן מיינונג, געווענט זיך עס אין איין זאַך: צי פֿילט זיך אַ ריח פֿון די פֿיס, צי נישט?‟ האָט פּאָסט געענטפֿערט. „ווי עס איז, זענען באָרוועסע פֿיס פֿאַררעכנט פֿאַר נישט־העפֿלעך.‟

אַנדערע עצות ווי אַזוי נישט צו שטערן אײַערע מיט־פּאַסאַזשירן:

  • ניצט נישט קיין פּאַרפֿום

  • אויב איר מוזט זיך אָפּשנײַדן די נעגל אָדער קעמען די האָר, טוט עס בלויז אין וואַשצימער

  • ווען איר ציט אויס די פֿיס און אָרעמס, טוט עס נישט אינעם דורכגאַנג צווישן די זיץ־ערטער, נאָר אינעם גרעסערן אָרט לעבן וואַשצימער

  • אויב איר ווילט זיצן אָנגעלענט, פֿרעגט, צו ערשט, בײַם פּאַסאַזשיר הינטער אײַך, צי עס אַרט אים נישט, אָדער זאָגט אים: „כ׳וועל איצט רוקן מײַן בענקל אויף צוריק, אָבער נאָר אויף אַ קורצער צײַט.‟

  • רעדט שטילערהייט; דער מענטש הינטער אײַך פּרוּווט אפֿשר אײַנצושלאָפֿן

און טאָמער איז אײַך שווער צו פֿאָלגן די אַלע תּקנות, האָט ראָזענבלום אַן עצה: פֿליט נישט אין די שפּיצצײַטן, ווען די עראָפּלאַנען זענען געפּאַקט מיט מענטשן. וואָס ווייניקער פּאַסאַזשירן, אַלץ ווייניקער די שפּאַנונג.