No Place Like Home

אַ נײַער סאָרט טאַטע

A New Kind of Dad

פֿון Readers Digest

  • Print
  • Share Share

דרײַ מענער זיצן און עסן פֿרישטיק אין אַ קאַפֿע, אַריבער דער גאַס פֿון זייער ביוראָ, דער טאָראָנטאָ־צווײַג פֿון דער באַרימטער פֿינאַנץ־פֿירמע, ”דעלואַט“. עסנדיק די אייער, שמועסן זיי ווי אַזוי צו באַלאַנסירן זייער קאַריערע מיט די באַדערפֿענישן פֿון זייערע קינדער.

געוויינטלעך, הערט מען אַזוינע קאָנווערסאַציעס בײַ אַרבעטנדיקע פֿרויען, וועלכע רעדן וועגן די שוועריקייטן פֿון אַהיימקומען גענוג פֿרי, אָפּצובאָדן די קינדער; אָדער ווי אַזוי קענען זיי בײַזײַן אויף די קינדער־קאָנצערטן, וווּ זייערע זין און טעכטער באַטייליקן זיך. איין זאַך הערט מען דאָ אָבער נישט: די דרײַ טאַטעס דריקן בכלל נישט אויס קיין שולד־געפֿיל אָדער זעלבסט־קריטיק פֿאַרן נישט קענען טאָן אַלץ, וואָס זיי וואָלטן געוואָלט טאָן לטובֿת זייערע קינדער.

מע קאָן באַצייכענען די דרײַ טאַטעס ווי ”אַלפֿאַ־מענער“ — מענער וואָס זענען פּונקט אַזוי ערנסט וועגן דערציִען קינדער, ווי וועגן קריגן אַ העכערונג אין ראַנג פֿונעם באַלעבאָס. אינטערעסאַנט איז אָבער, וואָס די מענער זענען עמאָציאָנעל בעסער צוגעפּאַסט צו באַהאַנדלען די ”מאַמע־ענינים“, ווי די מאַמעס אַליין! זיי זוכן נישט קיין אומרעאַליסטישע צילן בײַם געפֿינען אַ באַלאַנס צווישן זייער אַרבעט און פֿאַרברענגען די צײַט מיט זייערע קינדער. וואָס זיי טוען יאָ — זיי שעמען זיך נישט צו זאָגן זייער באַלעבאָס און זייערע קליענטן, אַז זיי קענען נישט קומען צו אַ געוויסער צײַט. זיי וועלן זאָגן, למשל: ”מיטוואָך בײַ טאָג קען איך נישט בײַזײַן אויף דער זיצונג, ווײַל מײַן 5־יאָריקער זון שפּילט דעמאָלט אין אַ פֿוסבאָל־מאַטש.“

איינער פֿון די דרײַ טאַטעס, ראָבערט לאַמו, וועלכער איז מיט דרײַ יאָר צוריק געוואָרן אַ פּאַרטנער אין דער פֿירמע, האָט צוויי קינדער פֿון זעקס און צען יאָר. איין טאָג אַ וואָך אַרבעט ער פֿון דער היים, צום טייל, כּדי צו פֿאַרברענגען מער צײַט מיט די קינדער. ווי אַזוי טוט ער דאָס? ”איך פּלאַניר מײַן קאַלענדאַר, מיט וואָכן פֿריִער“, זאָגט ער. אויב ער קען נישט באַווײַזן זיך צו טרעפֿן מיט אַ קליענט אין אַ געוויסער צײַט, ווײַל ער דאַרף פֿירן דאָס קינד צום גיטאַר־לערער, למשל, וועט ער בײַטן די צײַט פֿון דער טרעפֿונג, און דערקלערן דעם קליענט פֿאַר וואָס.

אַפֿילו ווען ער פֿאָרט יאָ צו דער אַרבעט, דאַרף ער אַ מאָל אַוועק 3:30, כּדי צו פֿירן זײַן קינד צו אַ האַקי־מאַטש. אין אַזאַ פֿאַל, גנבֿעט ער זיך נישט אַרויס פֿון ביוראָ, ווײַל ער ווייסט גאַנץ גוט, אַז דאָס אַרויסשמוגלען זיך וועט דווקא דענערווירן זײַנע מיטאַרבעטער. אַנשטאָט דעם אַנאָנסירט ער הויך און קלאָר, אַז ער מוז אַוועקגיין.

”יעדער דאָרט ווייסט שוין מײַן רוטין,“ האָט ער געזאָגט. ”צווישן 3:30 און 7 אין אָוונט, קענען זיי מיך דערגרייכן דורך בליצפּאָסט. אויב מע דאַרף, איך זאָל איבערלייענען אַ באַריכט, וועל איך עס פּשוט טאָן אין אָוונט, נישט אין די אַרבעט־שעהען.“

מיט אַנדערע ווערטער — ער וועט טאָן די אַרבעט, אָבער אין אַ צײַט, ווען ער אַליין באַשליסט…