No Place Like Home

מאַנדל־שניצל (גלוטען־פֿרײַ)

Almond Schnitzel (Gluten-Free)

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

  • Print
  • Share Share

איך זוך תּמיד נײַע רעצעפּטן מיט ווייניק גלוטען, ווײַל אַ צאָל פֿרײַנד מײַנע האַלטן זיך בײַ אַ גלוטען־פֿרײַער דיעטע. דעם רעצעפּט האָב איך געפֿונען אין אַ קאָכביכל פֿון פּסחדיקע ”נישט־געבראָקטס“ מאכלים. מע טינקט אײַן די הינדל־שטיקלעך אין צעמאָלענע מאַנדלען אַנשטאָט מעל, איידער מע פּרעגלט זיי.

דער שניצל איז אַזוי געשמאַק, אַז אפֿילו די געסט, וואָס מײַדן נישט אויס קיין גלוטען, וועלן בעטן אַ צווייטע פּאָרציע!

10 שטיקלעך בייליק, אָן הויט אָדער ביינער

1 טעפּל קאַרטאָפֿל־מעל (potato starch)

3 אייער, צעשלאָגן

1/2־1 טעפּלעך צעמאָלענע מאַנדלען

בוימל

שיט דאָס קאַרטאָפֿל־מעל אַרײַן אין אַ פּלאַסטישן זעקל.

גיסט די צעשלאָגענע אייער אַרײַן אין איין שיסל, און די צעמאָלענע מאַנדלען אין אַ צווייטער.

לייגט די בייליק־שטיקלעך אינעם זעקל מיט קאַרטאָפֿל־מעל און צעטרייסלט דאָס זעקל, ביז די בייליק־שטיקלעך ווערן אין גאַנצן פֿאַרדעקט מיטן מעל. טינקט יעדעס שטיקל אײַן אין די אייער און דערנאָך אין די צעמאָלענע מאַנדלען.

הייצט אָן דעם בוימל אין אַ גרויסער פּאַטעלניע ביז ער ווערט הייס. פֿאַרקלענערט דאָס פֿײַער, און פּרעגלט עטלעכע שטיקלעך בייליק מיט אַ מאָל, ביז זיי ווערן גאָלדן־ברוין און דורכגעקאָכט. דרייט זיי איבער און פּרעגלט אויף דער צווייטער זײַט.

לייגט דעם שניצל אויף פּאַפּירענע האַנטעכלעך, כּדי אָפּצונעמען דאָס פֿעטס.


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.