No Place Like Home

שפּײַז פֿאַרן מוח

The Best Brain Food

  • Print
  • Share Share

אויב איר ווילט באַשיצן די קעמערלעך אין מוח, פֿאַרבעסערן דעם זכּרון, און אַפֿילו רעדוצירן די מעגלעכקייט פֿון קריגן „אַלצהײַמערס‟, נעמט אַרײַן די ווײַטערדיקע עסנס אין אײַער מעניו, גיבן איבער אַ ריי שטודיעס:

1) וועלשענע ניס, וואָס האָבן אַ הויכן פּראָצענט וויטאַמין E און וואָס קאָנען העלפֿן פֿאַרקלענערן די ריזיקע פֿון „אַלצהײַמערס‟;

2) אייער (די געלעכלעך און די ווײַסלעך) האָבן אַ הויכן פּראָצענט כאָלין, וואָס העלפֿט בײַם אויפֿהאַלטן אַ גוטן זכּרון און קאָמוניקאַציע צווישן די מוח־קעמערלעך;

3) אָפֿענעס (בלאָע יאַגדעס) זענען פֿול מיט אַנטי־אָקסידאַנדטן, וואָס העלפֿן באַוואָרענען דעם מוח פֿון עובֿר־בטלדיקייט און „אַלצהײַמערס‟;

4) אַ גלאָז ווײַן אָדער שאַמפּאַניע יעדן טאָג באַוואָרנט די מוח־קעמערלעך פֿון געפֿערלעכע פּראָטעיִנען, און קאָן העלפֿן פֿאַרבעסערן דעם זכּרון;

5) אַוואָקאַדאָס האָבן אַ הויכן פּראָצענט מאָנאָ־אומגעזעטיקטע פֿעטס (די אַזוי־גערופֿענע „גוטע פֿעטס‟), וואָס העלפֿן דעם בלוט פֿליסן בעסער דורכן מוח. זיי קאָנען אויך נידעריקער מאַכן דאָס בלוטדרוק און במילא רעדוצירן די סכּנה פֿון אַ מוח־אַטאַק;

6) בלעטערקרויט (kale) און אַנדערע „גרינע בלעטער‟ — באַשיצן אויך דעם מוח. לויט אַ שטודיע פֿון עלטערע פֿרויען, האָט מען זיך דערוווּסט, אַז בײַ די וועלכע האָבן געגעסן אַ סך גרינע, בלעטערדיקע גרינסן, האָט דער מוח פֿונקציאָנירט ווי בײַ מענטשן, ייִנגער מיט 1־2 יאָר;

7) לאַקס, וואָס האָט אַ הויכן פּראָצענט „אָמעגאַ־3‟, העלפֿט צו פֿאַרבעסערן די קאָגניטיווע פֿונקציעס און דעם זכּרון פֿון יונגע לײַט אונטער 25 יאָר.

(Reader’s Digest)