No Place Like Home

לינדזן־זופּ מיט קוסע

Lentil Soup with Butternut Squash

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

  • Print
  • Share Share

רויטע לינדזן זענען אַן אויסגעצייכנטער קוואַל פֿון פּראָטעיִן און פֿיברע; די זופּ פּאָרט זיי צונויף מיט קוסע, און שאַפֿט דערבײַ אַ וווּנדערלעכן טעם.

2־4 לעפֿל איילבערט־בוימל

2 ציבעלעס, צעשניטן

1 סעלעריע, צעשניטן

4 מערן, צעשניטן

2 טעפּלעך קוסע, אָפּגעשיילט און צעשניטן

1 לעפֿעלע קורקומע

1/2 לעפֿעלע קעמיניק

1 טעפּל רויטע לינדזן, אויסגעשוואָנקען

1 טעפּל צעהאַקטע פּאָמידאָרן מיט זאַפֿט

1/2־5 טעפּלעך וואַסער

זאַפֿט פֿון 1 לימענע

זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער

4 אַשלעך, צעהאַקט

הייצט אָן דעם בוימל און פּרעגלט די ציבעלע, סעלעריע, מערן און קוסע 5 מינוט. מישט אַרײַן די קורקומע און קעמיניק און קאָכט נאָך 5 מינוט.

גיט אַרײַן די לינדזן, פּאָמידאָרן און וואַסער און קאָכט עס אויף אַ הויכן פֿײַער, ביז עס זידט. מאַכט קלענער דאָס פֿײַער, און קאָכט עס 20־25 מינוט, בלויז האַלב־צוגעדעקט.

ווען די גרינסן ווערן ווייך, קוועטשט אַרײַן די לימענע־זאַפֿט, באַזאַלצט און באַפֿעפֿערט די זופּ לויט אײַער געשמאַק. איידער איר דערלאַנגט צום טיש גיט אַרײַן די צעהאַקטע אַשלעך.


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.