No Place Like Home

געוויסע פֿרוכטן זענען בעסער ווי אַנדערע

Some Fruits Are Better Than Others

  • Print
  • Share Share

דאָס עסן פֿרוכטן איז געזונט, אָבער אַ נײַע שטודיע ווײַזט אָן, אַז געוויסע פּירות זענען געזינטער ווי אַנדערע, און אַז פֿרוכטזאַפֿט איז נישט קיין געראָטענער במקום, האָט די „ניו־יאָרק טײַמס‟ געמאָלדן.

די וויסנשאַפֿטלער האָבן באַמערקט, אַז ווען מענטשן האָבן געגעסן אַ דיעטע, וואָס נעמט אַרײַן כּלערליי מינים פֿרוכטן (אָבער נישט צו פֿיל מיט אַ מאָל), פֿאַלט ממשותדיק די סכּנה פֿון באַקומען דעם דיאַבעט (צוקער־קרענק) פֿון צווייטן טיפּ. זענען זיי געקומען צו דער השערה, אַז אפֿשר האָבן געוויסע אויפּסן אַ גרעסערע השפּעה אויפֿן געזונט ווי אַנדערע.

די פֿאָרש־מאַנשאַפֿט האָט אַנאַליזירט די סטאַטיסטיק פֿון דרײַ גרויס־פֿאַרנעמיקע געזונט־שטודיעס, האַלטנדיק אַ חשבון פֿון דער דיעטע און די קראַנקייטן בײַ מער ווי 185,000 מענטשן במשך פֿון 12 יאָר. אין דער צײַט האָבן 12,198 פֿון זיי אַנטוויקלט דעם דיאַבעט פֿון צווייטן טיפּ.

ווי עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, האָבן געוויסע פֿרוכטן — טרוסקאַווקעס [סטראָבעריס], מאַראַנצן, פֿערשקעס, פֿלוימען און אַפּריקאָסן — נישט געהאַט קיין ממשותדיקן עפֿעקט אויף דער ריזיקע פֿון דיאַבעט, אָבער ווײַנטרויבן, עפּל און גרייפּפֿרוכט האָבן אַלע יאָ באַוויזן צו פֿאַרקלענערן די סכּנה צו באַקומען די קרענק. און דער בעסטער פֿאַרהיט־מיטל: בלויע יאַגדעס [בלובעריס]. אויב מע עסט צווישן איינס און דרײַ פּאָרציעס אַ וואָך דערפֿון, פֿאַלט די ריזיקע פֿון דיאַבעט מיט 26%.

דאָס טרינקען פֿרוכטזאַפֿט אַנשטאָט צו עסן די פֿרוכטן אַליין האָט אָבער, פֿאַרקערט, געהעכערט די סכּנה פֿון באַקומען דיאַבעט.

„ס׳איז זייער וויכטיק צו עסן מער גאַנצע פֿרוכטן, בפֿרט בלויע יאַגדעס, עפּל און גרייפּפֿרוכט,‟ האָט דערקלערט ד״ר קי סון, אַן אַסיסטענט־פּראָפֿעסאָר פֿון מעדיצין אין האַרוואַרד־אוניווערסיטעט, און דער הויפּט־מחבר פֿון דער שטודיע. „כ׳וויל אָבער נישט ס׳זאָל זיך שאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז דאָס עסן אויפּסן איז אַ כּישוף־מיטל. ס׳איז אויך זייער וויכטיק אָנצונעמען אַ געזונטן לעבן־שטייגער אין אַלגעמיין.‟

דער באַריכט איז פּובליקירט געוואָרן אינעם בריטישן מעדיצינישן זשורנאַל BMJ.