No Place Like Home

מאַכן געניטונגען אויף דער זון

Training in the Heat

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

  • Print
  • Share Share

במשך פֿון די קומעדיקע פּאָר וואָכן וועלן די יונגע לײַט אָנהייבן זיך צוגרייטן צו די ספּאָרטמאַטשן פֿונעם נײַעם שול־יאָר. דאַרפֿן זיי טאַקע וויסן, ווי אַזוי אויסצומײַדן די קראַנקייטן, פֿאַרבונדן מיט דער דרויסנדיקער היץ.

”אַ סך פֿון די קינדער האָבן בעת דער ערשטער העלפֿט פֿונעם זומער געקוקט טעלעוויזיע אָדער געשפּילט אין ווידעאָ־שפּילן אין לופֿט־געקילטע שטיבער,“ האָט באַמערקט ד״ר דוד לינטנער, אַן אָרטאָפּעדישער כירורג און הויפּט פֿונעם ”היוסטאָן מעטאָדיסטישן צענטער פֿון ספּאָרט־מעדיצין“.

”קינדער דאַרפֿן האָבן צײַט זיך צוגעוווינען צו דער היץ,“ האָט ער דערקלערט אין אַ נײַעס־קאָמוניקאַט אַרויסגעלאָזט פֿונעם היוסטאָן־צענטער. ”ווען מע גייט אַרויס פֿון אַ שטוב, וואָס איז אַ גאַנצן טאָג לופֿט־געקילט, און מע הייבט אָן די טרעניר־געניטונגען אין דרויסן 3־4 שעה אַ טאָג, קאָן בײַ די יונגע אַטלעטן פֿאַרשטאַרקט ווערן די מעגלעכקייט פֿון היצשאָדן (heat exhaustion) און זונענשלאַק (sunstroke).“

לינטנער עצהט די יונגע אַטלעטן צו פֿאַרלענגערן די צײַט אין דרויסן צו־ביסלעך, כּדי זייערע גופֿים זאָלן זיך ווידער צוגעוווינען צו שפּילן ספּאָרט אין דרויסן. לכתּחילה זאָלן זיי זיך באַטייליקן אין דרויסנדיקע אַקטיוויטעטן בלויז 20 מינוט אין איין מאָל. יעדן טאָג קענען זיי פֿאַרלענגערן די סעסיעס נאָך אַ ביסל, ביז זיי פֿאַרברענגען אין דרויסן צוויי אָדער דרײַ שעה אַ טאָג.

”עס זענען דאָ פֿאַרשידענע אַקטיוויטעטן, וואָס זיי קענען טאָן אין אָנהייב: מאַכן גרינגע געניטונגען, אַרבעטן אין גאָרטן אָדער אין הויף, זיך שפּילן בײַם ים,“ האָט לינטנער געזאָגט. ”בלויז דאָס זײַן אין דרויסן אויף דער היץ העלפֿט שוין צוצוגרייטן אַ יונגן אַטלעט צו טרענירן אויף ספּאָרט.“

די עלטערן און טרענירער דאַרפֿן אויך וויסן וואָס ס׳זענען די סימפּטאָמען פֿון די קראַנקייטן, פֿאַרבונדן מיט דער היץ, און אין וועלכן פֿאַל מוז מען רופֿן דעם דאָקטער. די סימפּטאָמען פֿון היצשאָדן נעמען אַרײַן: אַ געפֿיל פֿון מיגל; ס׳דרייט זיך דער קאָפּ; שוואַכקייט, קאָפּווייטיק, אַ שוואַכער פּולס, אומאָריענטירונג, אָדער חלשן.

אויב דער יונגער אַטלעט לײַדט פֿון איינעם אָדער מער פֿון די סימפּטאָמען, זאָל מען אים אַרײַננעמען אינעם בנין, גיבן אים אַ סך וואַסער צו טרינקען, און לאָזן אים זיך אָפּרוען.

די סימפּטאָמען פֿון זונענשלאַק זענען מער ערנסט: דער מענטש זעט אויס צעטומלט, און די הויט אויף זײַן לײַב איז הייס און אויסגעטריקנט. זונענשלאַק איז פֿאַררעכנט פֿאַר אַ מעדיצינישן נויטפֿאַל און פֿאָדערט תּיכּפֿדיקע הילף. קלינגט 911 אויב איר זענט חושד, אַז דער אַטלעט לײַדט דערפֿון.

נאָך מער אינפֿאָרמאַציע וועגן היצשאָדן, פֿאַרבינדט זיך מיט דער וועבזײַט פֿון American Academy of Family Physicians:

http://familydoctor.org/familydoctor/en/prevention-wellness/staying-healthy/first-aid/heat-exhaustion-an-heatstroke.printerview.all.html


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.