No Place Like Home

פֿערישקע־טאָרט מיט מאַנדלען

Peach-Almond Cake

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

  • Print
  • Share Share

שפּריצבוימל
4 פֿערישקעס
8 לעפֿל פּוטער
1/2־1 טעפּלעך צוקער
1 לעפֿל וואַסער
1/2־1 טעפּלעך מעל
1/2 טעפּל מאַנדלען
2 לעפֿעלעך באַקפּראָשיק
2 גרויסע אייער
1/2 לעפֿעלע וואַניל
1/4 לעפֿעלע מאַנדלען־עקסטראַקט
3/4 טעפּל מילעך
וואַניל־אײַזקרעם

באַשפּריצט אַ קײַלעכיקן בעקן מיט שפּריצבוימל, און הייצט אָן דעם אויוון ביז 350 גראַד (177 צעלזיוס). וואַרפֿט אַרויס די קערנס פֿון די פֿערישקעס און צעשנײַדט זיי אויף 6 רעפֿטלעך.

צעלאָזט 1 לעפֿל פּוטער אין אַ פּאַטעלניע איבער אַ מיטעלן פֿײַער. גיט אַרײַן 3/4 טעפּל צוקער און דאָס וואַסער, און מישט עס פֿון צײַט צו צײַט, ביז ס׳איז גלאַטיק און גאָלדן־ברוין, 8־11 מינוט. גיסט עס אַרײַן אינעם בעקן. לייגט אַרײַן די פֿערישקע־רעפֿטלעך.

אין אַ שפּײַזמאַשין, מישט צונויף דאָס מעל, די מאַנדלען און דעם באַקפּראָשיק, ביז די מאַנדלען ווערן צעמאָלן.

אין אַ שיסל, מישט צונויף 7 לעפֿל פּוטער און 3/4 טעפּל צוקער מיט אַן עלעקטרישן מישער ביז ס׳ווערט ליכטיק געל, בערך 4 מינוט.

קלאַפּט אַרײַן די אייער, דעם וואַניל און מאַנדלען־עקסטראַקט. גיט אַרײַן דאָס מעל־געמיש און מילעך.

גיסט דאָס טייג אַרײַן אין בעקן, און באַקט עס ביז עס באַקומט זיך אַ גאָלדן קאָליר, בערך 45 מינוט. דערלאַנגט צום טיש מיט וואַניל־אײַזקרעם.


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.