No Place Like Home

דינע ספּאַגעטי מיט פֿרישע פּאָמידאָרן

Thin Spaghetti With Fresh Tomatoes

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

  • Print
  • Share Share

דעם סאָוס מאַכט מען דווקא מיט רויע פּאָמידאָרן; גיט עס טאַקע צו אַ פֿרישן טעם פֿון אַ זומערדיקן גאָרטן.

2 ציינדלעך קנאָבל
3 פֿונט (1.3 קילאָ) פֿרישע פּאָ­מידאָרן
2 לעפֿל לימענע־זאַפֿט
זאַלץ, לויט אײַער געשמאַק
1 לעפֿעלע צוקער
1/2 לעפֿעלע רויטער פֿעפֿער
1 פֿונט (454 גראַם) דינע ספּאַ­געטי־לאָקשן (angel-hair pasta)
1/2 טעפּל צעשניטענע באַזיליק־בלעטער
אָנגעריבענער פּאַמעזשאַנער קעז
1־2 לעפֿל איילבערט־בוימל

באַזאַלצט אַ ביסל די קנאָבל־ציינדלעך. צע­האַקט און צעקוועטשט זיי ביז עס ווערט דער­פֿון אַ פּאַסטע.

צעהאַקט צוויי־דריטל פֿון די פּאָמידאָרן מיט אַ מעסער. די איבעריקע פּאָמידאָרן צעשנײַדט אויף דער העלפֿט, און רײַבט זיי אָן אויף די גרויסע לעכער פֿון אַ ריבאײַזן אין אַ גרויסער שיסל. שיט אַרײַן אין דער שיסל די מעסער־צע­האַקטע פּאָמידאָרן, קנאָבל־פּאַסטע, לימענע־זאַפֿט, זאַלץ, צוקער און פֿעפֿער. לאָזט דאָס געמיש שטיין, צום ווייניקסטן, 10 מינוט.

קאָכט אָפּ די לאָקשן אין גע­זאַלצענע וואַסער, אָן אַ דעקל, בערך 2 מינוט. גיסט אָפּ דאָס וואַסער און מישט צונויף מיטן פּאָמידאָרן־געמיש, באַזיליק־בלעטער, קעז און בוימל.