No Place Like Home

אַ שלאָפֿפּיל פֿאַר קינדער?

A Sleeping Pill for Kids?

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

  • Print
  • Share Share

אין אַן אַרטיקל דעם פֿאַרגאַנגענעם שבת אינעם “וואָל־סטריט דזשורנאַל”, דערציילט דזשעניפֿער ברעהעני וואַלאַס ווי אַ וואַקסנדיקע צאָל קינדער־דאָקטוירים עצהן די עלטערן צו געבן זייערע קינדער דעם שלאָפֿמיטל מעלאַטאָנין, כּדי די קינדער זאָלן גרינגער אַנטשלאָפֿן ווערן.

זי האָט זיך דערוווּסט וועגן דעם, ערשט דעמאָלט, ווען בײַ איר קינד האָט זיך אַנטוויקלט אַזאַ פּראָבלעם. “מײַן זון פֿלעגט תּמיד אַנטשלאָפֿן ווערן אָן שוועריקייטן, ביז ער האָט אָנגעהויבן גיין אין קינדערגאָרטן. ס׳איז געווען אַ נײַע שול, מיט אַ מער ערנסטן אַקאַדעמישן קוריקולום, און דערבײַ איז אים אָנגעקומען שווער צו שאַפֿן נײַע פֿרײַנד, איז ער במילא געוואָרן מער אומרויִק און יעדן אָוונט געבליבן וואַך נאָך לענגער ווי איך. אין דער פֿרי פֿלעגט ער זיך אויפֿוועקן אַ נישט־אויסשלאָפֿענער און אַהיימקומען פֿון שול, אַן אָנגעכמורעטער. במשך פֿון עטלעכע חדשים האָבן מיר געטאָן אַלץ, כּדי גרינגער צו מאַכן זײַן אײַנשלאָפֿן: נישט געלאָזט אים קוקן טעלעוויזיע; אים אָפּגעבאָדן; געמאַכט מאַסאַזשן, געגעבן אים צו טרינקען וואַרעמע מילך…” ס׳האָט אָבער געהאָלפֿן ווי אַ טויטן באַנקעס.

סוף־כּל־סוף, האָט דזשעניפֿער מיט איר מאַן זיך באַראַטן מיט זייער קינדער־דאָקטער, וועלכער האָט פֿאָרגעלייגט די שלאָפֿפּיל, מעלאַטאָנין. “פּרוּווט עס אויס 7 טעג, אָבער ס׳וועט אפֿשר דויערן לענגער, ביז איר וועט זען די רעזולטאַטן,” האָט ער דערקלערט. יענעם אויפֿדערנאַכט, האָט זי געגעבן דעם קינד אַ קליינע דאָזע מעלאַטאָנין, בלויז 1 מיליגראַם, און אין 20 מינוט — איז ער שוין טיף געשלאָפֿן. דעם צווייטן אינדערפֿרי האָט ער זיך אויפֿגעוועקט אַן אויסגערוטער. די צווייטע נאַכט — די זעלבע זאַך.

די דריטע נאַכט האָט ער אָבער פּלוצלינג געפֿרעגט: “מאַמע, קענסטו מיר געבן די כּישוף־פּיל, וואָס מאַכט מיך שלאָפֿן?” דזשעניפֿער האָט אָנגעהויבן זיך ערגערן: “האָב איך געמאַכט פֿון אים אַ שטיקל נאַרקאָמאַן? וועט דער עקספּערימענט אפֿשר גורם זײַן ווײַט־גרייכיקע בײַ־עפֿעקטן?”

מעלאַטאָנין איז אַ האָרמאָן, וואָס ווערט נאַטירלעך פּראָדוצירט פֿונעם גוף, בפֿרט ווען ס׳איז פֿינצטער. ער העלפֿט רעגולירן דעם ציקל פֿון שלאָף און וואַכקייט. שוין יאָרן לאַנג וואָס מענטשן נעמען אײַן מעלאַטאָנין, ווען זיי האָבן שוועריקייטן בײַם שלאָפֿן אָדער נאָכן פֿליִען פֿון איין צײַטזאָנע אין אַ צווייטער. איצט אָבער האָט מען אָנגעהויבן געבן קינדער מעלאַטאָנין־פּילן, כּדי צו העלפֿן די אומרויִקע קינדער שלאָפֿן.

במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע פֿינף יאָר איז שטאַרק געשטיגן דער פֿאַרקויף פֿון מעלאַטאָנין. לויטן “זשורנאַל פֿון נערונג־געשעפֿטן”, איז דער מאַרק פֿון דעם מעדיקאַמענט אין יאָר 2012 געווען 260 מיליאָן דאָלאַר, אין פֿאַרגלײַך מיט 2007, ווען ס׳איז געווען בלויז 90 מיליאָן דאָלאַר.

עטלעכע פֿירמעס פֿאַרקויפֿן מעלאַטאָנין בפֿירוש פֿאַר קינדער, דורך דעם וואָס זיי געבן דער פּיל צו אַ זיסן טעם, און פֿאַרקויפֿן קליינע קינדער־דאָזעס. די וועבזײַט פֿון איין מעלאַטאָנין־פֿירמע גייט נאָך ווײַטער, רופֿנדיק די עלטערן צו פֿאַרזיכערן “אַן אַקאַדעמישן סוקצעס פֿאַר אײַערע קינדער” דורך העלפֿן זיי שלאָפֿן בעסער. די פֿירמע ציטירט אַ שטודיע, וואָס ווײַזט, אַז די תּלמידים, וואָס באַקומען נידעריקע צייכנס אין די קלאַסן, שלאָפֿן דורכשניטלעך 25 מינוט ווייניקער, און לייגן זיך אין בעט 40 מינוט שפּעטער, איידער די תּלמידים, וואָס קריגן הויכע צייכנס אין שול.

דזשודיט אָווענס, דירעקטאָרין פֿון שלאָף־מעדיצין אינעם “לאַנדישן מעדיצינישן צענטער פֿאַר קינדער” אין וואַשינגטאָן, האָט שטודירט די עפֿעקטן פֿון מעלאַטאָנין אויף קינדער, און האָט באַטאָנט, אַז עס שאַט נישט די קינדער אײַנצונעמען די פּיל, אויב מע טוט עס בלויז אויף אַ קורצער צײַט און אונטערן אויפֿזיכט פֿונעם קינדער־דאָקטער.

אַנדערע דאָקטוירים זענען אָבער באַזאָרגט וועגן דעם. “כ׳האָב נאָך קיין מאָל נישט געזען אַזאַ פֿאַרשפּרייטן קרום־באַנוץ פֿון אַ מעדיקאַמענט אין מײַן לעבן,” האָט דערקלערט סטואַרט דיטשעק, געהילף־פּראָפֿעסאָר פֿון פּעדיאַטריק אין דער מעדיצינישער שול פֿונעם “ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט”. איין מאַמע האָט אים אַפֿילו דערציילט, אַז יעדן אָוונט גיט זי אַלע זעקס קינדער אירע אַ מעלאַטאָנין־פּיל.

“אַ סך פֿון די עלטערן ניצן מעלאַטאָנין, ווײַל זיי זענען אַליין אויסגעמוטשעט,” האָט באַמערקט מײַקל בריוס, אַ שלאָף־ספּעציאַליסט. “זיי קומען אַהיים שפּעט פֿון דער אַרבעט, עסן שפּעט וועטשערע, און מיינען, אַז זיי קענען פּשוט ׳אויסלעשן׳ די קינדער, ווען ס׳איז צײַט צו גיין שלאָפֿן.”

“באַלד ווי מײַן זון האָט אָנגעהויבן בעטן די ׳כּישוף־פּיל׳, האָב איך מיט מײַן מאַן אויפֿגעהערט עס געבן צו אים,” האָט דזשעניפֿער דערקלערט. עס זענען שוין פֿאַרבײַ צוויי יאָר זינט דעמאָלט, און פֿון צײַט צו צײַט לײַדט דאָס קינד נאָך פֿון שלאָף־פּראָבלעמען. ווען דאָס טרעפֿט, דערמאָנט זיך דזשעניפֿער אין די ווערטער פֿון ד״ר דיטשעק: “טויזנטער יאָרן לאַנג זענען אונדזערע קינדער אײַנגעשלאָפֿן אָן שום פּילן. אַ קינד דאַרף נישט אײַננעמען קיין פּיל פֿאַר די זאַכן, וואָס דאַרפֿן קומען נאַטירלעך.”


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.