No Place Like Home

וואַרעמער הינדל־סאַלאַט

Warm Chicken Salad

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

  • Print
  • Share Share

15 אונץ (425 גראַם) פֿאַסאָליעס (lima beans) פֿון אַ פּושקע, אויסגעשוואָנקען

12 אונץ (340 גראַם) געבראָטענע זיסע פֿעפֿערלעך

1/4 זויערע אוגערקעס, צעשניטן אויף קליינע שטיקלעך

2 שטענגלעך סעלעריע, צעשניטן אויף קליינע שטיקלעך

2 לעפֿל צעשניטענע פּעטרישקע

צעריבענע שאָלעכץ און זאַפֿט פֿון 1 לימענע

1/4 טעפּל איילבערט־בוימל

1/2־1 פֿונט (454. קילאָ) בייליק־העלפֿטן אָן הויט און אָן ביינער

6 צווײַגעלעך טימיאַן

1 רויטע ציבעלע, צעשניטן אין דינע רעפֿטלעך

1/4 לעפֿעלע רויטע פֿעפֿער־בלעטעלעך

6 טעפּלעך געמישטע רוימישע שאַלאַטן־בלעטער

מישט צונויף די פֿאַסאָליעס, געבראָטענע פֿעפֿערלעך, זויערע אוגערקעס, סעלעריע, פּעטרישקע, לימענע שאָלעכץ, און לימענע־זאַפֿט אין אַ גרויסער שיסל.

הייצט אָן דעם איילבערט־בוימל אין אַ גרויסער פּאַטעלניע איבער אַ מיטל־גרויסן פֿײַער. לייגט אַרײַן די בייליק־העלפֿטן און טימיאַן, און צעשיט די רויטע ציבעלע און רויטע פֿעפֿער־בלעטעלעך איבער אַלץ.

קאָכט דאָס הינדל ביז עס ברוינט זיך צו פֿון אונטן און די ציבעלע ווערט ווייך, אַרום 4 מינוט. דרייט איבער דאָס הינדל, גיסט אַרײַן 1/4 טעפּל וואַסער, דעקט צו די פּאַטעלניע און פֿאַרקלענערט דאָס פֿײַער אַזוי ווײַט ווי מעגלעך.

קאָכט ווײַטער ביז דאָס הינדל איז גוט דורכגעקאָכט, בערך 5־8 מינוט. וואַרפֿט אַוועק דעם טימיאַן. לייגט דאָס הינדל אויף אַ שנײַדברעט, און צעשנײַדט עס אויף רעפֿטלעך.

מישט די ציבעלע־ און הינדל־רעפֿטלעך, ווי אויך די שאַלאַטן־בלעטער, אַרײַן אינעם פֿאַסאָליע־געמיש, און דערלאַנגט צום טיש.


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.