No Place Like Home

פֿיזישע געניטונגען: ווי אָפֿט?

How Often Should You Exercise?

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

  • Print
  • Share Share

אַ לייענער פֿון דער „ניו־יאָרק טײַמס‟ האָט די וואָך געפֿרעגט דעם רעדאַקטאָר פֿונעם געזונט־אָפּטייל: „מאַכט עס אויס, אויב איך טו פֿיזישע געניטונגען דרײַ טעג נאָכאַנאַנד, און דערנאָך טו איך עס נישט ביז אַ וואָך שפּעטער? איז דאָס ערגער ווי מאַכן געניטונגען יעדן צווייטן טאָג?‟

אָט איז דער ענטפֿער:

מסתּמא איז יאָ דאָ אַן אונטערשייד. ס׳איז אמת, אַז פֿיזישע געניטונגען פֿון אַלע מינים ברענגען לאַנג־דויערנדיקע מעלות פֿאַרן געזונט, אָבער אין דער זעלבער צײַט, פּראָדוצירן די געניטונגען פּאָזיטיווע רעזולטאַטן, וואָס בלײַבן גילטיק אויף בלויז אַ קורצער צײַט, גיט איבער ד״ר מײַקל דזשוינער, אַ פֿיזעאָלאָג בײַם „מייאָ־קליניק‟ אין ראָטשעסטער, מינעסאָטע.

בײַ אַ סך מענטשן, וועט אַן ענערגישער שפּאַציר, למשל, תּיכּף פֿאַרבעסערן דעם בלוטצוקער און בלוטדרוק, זאָגט ד״ר דזשוינער. אָבער אויב עס גייען פֿאַרבײַ עטלעכע טעג נאָכאַנאַנד, וואָס איר שפּאַצירט נישט, אָדער מאַכט נישט קיין אַנדערע פֿיזישע געניטונגען, קאָנען די דאָזיקע געזונט־עפֿעקטן פֿאַרשווינדן.

ווען מע האָט, בעת אַ געוויסער שטודיע מיט חיות, אָפּגעשטעלט די רעדער פֿון אַ מאַשין, וואָס דערמעגלעכט די חיות צו לויפֿן (מיט אַנדערע ווערטער — מאַכן געניטונגען), זענען במשך פֿון עטלעכע טעג פֿאַרשוווּנדן געוואָרן די פּאָזיטיווע עפֿעקטן פֿון דער געניטונג.

אַ צווייטער חסרון פֿון פֿאַרפֿעלן עטלעכע טעג די געניטונגען איז, אַז מע ווערט פֿיזיש מער אָפּגעשוואַכט, און דערבײַ פֿאַרלירט מען אויך דעם חשק עס ווידער צו טאָן. אַ גאַנצע ריי שטודיעס האָבן שוין באַוויזן, אַז איינע פֿון די הויפּט־סיבות פֿאַר וואָס מענטשן מאַכן געניטונגען איז, ווײַל זיי געדענקען, ווי גוט ס׳איז זיי געווען, נאָכן מאַכן די געניטונגען מיט אַ טאָג פֿריִער. זיי האָבן זיך געפֿילט געזינטער, געהאַט אַ בעסערן אַפּעטיט, און בעסער דורכגעשלאָפֿן די נאַכט, ווי אין די טעג, ווען זיי זענען נישט געווען פֿיזיש אַקטיוו. ס׳האָט זיך זיי געגלוסט ווידער צו מאַכן די געניטונגען, פּשוט כּדי ווידער צו געניסן פֿון אָט די געפֿילן פֿון דערפֿרישונג און באַנײַטע כּוחות. „דער שליסל איז, נישט צו פֿאַרפֿעלן די אַקטיוויטעט מער ווי צוויי טעג נאָך אַנאַנד,‟ האָט דזשוינער געזאָגט.