No Place Like Home

הינדל מיט בלעטערקרויט

Chicken and Kale

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

  • Print
  • Share Share

בלעטערקרויט (kale) איז באמת אַ סופּער־גרינס. איין טעפּל דערפֿון פֿאַרמאָגט 200% וויטאַמין „צע‟ (C); 180% וויטאַמין „אַ‟ (A), און 1,020% וויטאַמין „קאַ‟ (K)!

4 פּולקעס

4 הינטערחלקן

1 לעפֿל פּאַפּריקע

שוואַרצער פֿעפֿער

1 לעפֿעלע איילבערט־בוימל

1 ציבעלע, צעשניטן אין רעפֿטלעך

6 ציינדלעך קנאָבל, אין רעפֿטלעך

2 טעפּלעך יויך

1 טעפּל טרוקענער ווײַסער ווײַן

2 צווײַגעלעך ראָזמאַרין

2 צווײַגעלעך טימיאַן

1 בונטל בלעטערקרויט

לימענע־רעפֿטלעך

באַשיט די פּולקעס און הינטערחלקן מיט דער פּאַפּריקע און שוואַרצן פֿעפֿער.

הייצט אָן דעם בוימל אין אַ גרויסן טאָפּ איבער אַ מיטעלן פֿײַער. פּרעגלט די הינדל־שטיקלעך אויף ביידע זײַטן, 8־10 מינוט, ביז זיי ברוינען זיך צו. לייגט די הינדל־שטיקלעך אין אַ טעלער.

מישט אַרײַן די ציבעלע און קנאָבל אינעם טאָפּ ביז זיי ווערן ווייך. לייגט צוריק אַרײַן די פּולקעס און הינטערחלקן, ווי אויך די יויך, ווײַן, ראָזמאַרין און טימיאַן. זידט עס אויף, דעקט צו און פֿאַרקלענערט דאָס פֿײַער. קאָכט דאָס הינדל אין דער יויך 30־40 מינוט, ביז עס ווערט דורכגעקאָכט.

שנײַדט אָפּ און וואַרפֿט אַוועק די האַרטע שטאַמען פֿונעם בלעטערקרויט. צעשנײַדט די בלעטער אין פּאַסן פֿון 1 צאָל (2.5 צענטימעטער), און גיט זיי אַרײַן אין דער יויך. דעקט צו און קאָכט נאָך 5 מינוט. וואַרפֿט אַרויס די געווירצן. דערלאַנגט דאָס הינדל און בלעטערקרויט צום טיש מיט די לימענע־רעפֿטלעך.


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.