No Place Like Home

ווי קען מען זיך געפֿעלן אין 4 מינוט?

What Makes Couples Click in 4 Minutes?

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

  • Print
  • Share Share

קען מען אָנקניפּן אַ באַציִונג מיט אַ צווייטן מענטשן, בלויז נאָך פֿיר מינוט? דאָס איז די קשיא, וואָס צוויי פֿאָרשער אין סטאַנפֿאָרד־אוניווערסיטעט האָבן זיך באַמיט צו פֿאַרענטפֿערן.

דאַן מאַק׳פֿאַרלאַנד — אַ סאָציאָלאָג, און דאַן דזשוראַפֿסקי — אַ לינגוויסט, האָבן רעקאָרדירט און אַנאַליזירט די שמועסן פֿון כּמעט 1,000 מאַנצבילן און פֿרויען בעת זיי האָבן זיך געטראָפֿן אויף „גיכע ראַנדקעס‟. דאָס איז אַ מין שדכנות־אַקטיוויטעט, וווּ מע פֿאַרזאַמלט אַ זאַל מיט מענער און פֿרויען, און יעדער מאַן רעדט מיט יעדער פֿרוי נישט מער ווי 4 מינוט, כּדי אַלע זאָלן דערנאָך קאָנען אויסקלײַבן, ווער זענען די פּאַסיקסטע „קאַנדידאַטן‟ פֿאַר אַן „אמתער‟ ראַנדקע.

מאַק׳פֿאַרלאַנד און דזשוראַפֿסקי האָבן געוואָלט אויסגעפֿינען, פֿאַר וואָס געוויסע מענטשן פֿילן אַ נאָענטקייט מיט אַ געוויסן „פּאַרטנער‟ נאָך 4 מינוט, און אַנדערע — נישט.

די באַטייליקטע אין דער שטודיע זענען געווען גראַדויִר־סטודענטן אין סטאַנפֿאָרד. בשעת די ראַנדקעס האָבן די סטודענטן געטראָגן רעקאָרדיר־מכשירים. נאָך יעדער 4־מינוטיקער ראַנדקע, האָבן זיי אויסגעפֿילט אַ פֿאָרמולאַר, וווּ איינע פֿון די פֿראַגעס איז געווען: „צי וואָלט איר געוואָלט אַרויסגיין אויף אַן אמתער ראַנדקע מיט דעם מענטשן?‟ אויב ביידע האָבן געזאָגט יאָ, האָט מען דאָס באַצייכנט ווי אַ הצלחהדיקע ראַנדקע.

נאָכן אַנאַליזירן די שמועסן פֿון אַלע באַטייליקטע, און זייערע קאָמענטאַרן נאָך דער ראַנדקע, האָבן די פֿאָרשער אַנטדעקט אַ פּאָר אינטערעסאַנטע זאַכן.

ערשטנס, זענען די פֿרויען, בדרך־כּלל, געווען מער פּאָזיטיוו־געשטימט צו די מענער, וועלכע האָבן אַרויסגעוויזן אַן אינטערעס אין וואָס זיי, די פֿרויען, זאָגן (למשל: „טאַקע אינטערעסאַנט!‟) אָדער מיטגעפֿיל („דאָס האָט דיר געמוזט זײַן אַ שווערער עול‟).

אַ טשיקאַווע אַנטדעקונג איז געווען, וואָס די פֿרויען האָבן זיך געפֿילט נעענטער צו יענע מענער, וועלכע האָבן זיי איבערגעריסן די רייד — נישט ווײַל די מענער האָבן געפּרוּווט בײַטן די טעמע, נאָר כּדי אַרויסצוּווײַזן פֿאַרשטענדעניש; למשל, דורך פֿאַרענדיקן איר זאַץ.

סײַ די פֿרויען, סײַ די מענער האָבן געזאָגט, אַז די ראַנדקע איז געווען מער אײַנגענעם, ווען דער שמועס האָט זיך געדרייט, דער עיקר, אַרום די פֿרויען. „געוויינטלעך, זאָגט מען, אַז מענער טראַכטן נאָר וועגן זיך, און פֿרויען פּרוּוון תּמיד צו געפֿעלן זיי, און דערפֿאַר וועט די ראַנדקע גיין גלאַטיקער, אויב די פֿרוי רעדט וועגן אים. אָבער אין דער אמתן, איז עס פּונקט פֿאַרקערט,‟ האָט מאַק׳פֿאַרלאַנד דערקלערט. „בעת אַ ראַנדקע, ליגט דער כּוח בײַ די פֿרויען. דערפֿאַר איז עס אַ גוטע סטראַטעגיע פֿאַר מענער צו שמועסן וועגן די ענינים, וואָס זענען די פֿרויען וויכטיק.‟

הגם דאָס איבעררײַסן די רייד מיט פּאָזיטיווע קאָמענטאַרן איז יאָ געפֿעלן געוואָרן די פֿרויען, איז דאָס שטעלן צו פֿיל פֿראַגעס זיי נישט געווען אַזוי ניחא. „אַ סך פֿרויען האָבן געזאָגט, אַז זיי פֿאַרלירן דעם פֿאָרעם פֿון שמועס, ווען מענער פֿרעגן זיי צו פֿיל פֿראַגעס,‟ איז געשטאַנען אין באַריכט. ווען פֿרויען האָבן געשטעלט פֿראַגעס, איז עס, געוויינטלעך, געווען בלויז צוליב דעם, וואָס די מענער האָבן צו ווייניק גערעדט.

אַ באַריכט וועגן די רעזולטאַטן פֿון דער שטודיע איז דעם חודש פּובליקירט געוואָרן אינעם „אַמעריקאַנער זשורנאַל פֿון סאָציאָלאָגיע‟.


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.