No Place Like Home

באַזאָרגט — אָבער קלוג

Anxious – But Smart

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

  • Print
  • Share Share

אויב איר זענט פֿון יענע טיפּן, וועלכע זאָרגן זיך אָפֿט, אַז אַ ליבער מענטש וועט אײַך פֿאַרלאָזן, אָט איז אַ טרייסט: אַזוינע מענטשן זענען מער געניט ווי אַנדערע, בײַם דערקענען ווען עמעצער זאָגט אַ ליגן, גיט איבער אַ נײַע שטודיע.

ווי אַ פּועל־יוצא זענען זיי אויך אפֿשר בעסערע פּאָקער־שפּילער.

אין אַ באַריכט פּובליקירט אינעם Journal of Personality דעם 8טן אַפּריל, האָבן צוויי ישׂראלדיקע פּסיכאָלאָגן, צחי אין־דור און עדי פּערי, דערציילט וועגן צוויי שטודיעס, וואָס ווײַזן, אַז וואָס מער אַ וואָלונטיר דריקט אויס זאָרג וועגן פֿאַרלאָזט ווערן, אַלץ בעסער דערקענען זיי אַ ליגן.

אין אַ דריטער שטודיע — פֿון האַלב־פּראָפֿעסיאָנעלע פּאָקער־שפּילער — האָבן די מענטשן וועלכע האָבן אויסגעדריקט מער זאָרג וועגן פֿאַרלאָזט ווערן, געוווּנען מער געלט ווײַל אַזוינע טיפּן קענען גיכער דערקענען אַ ”בלאָף“.

דער אויספֿיר שטימט מיט פֿריִערדיקע שטודיעס, וואָס האָבן אָנגעוויזן, אַז יענע יחידים, וועלכע זאָרגן זיך אַ סך וועגן פֿאַרלאָזט ווערן, זענען מער געניט בײַם דערקענען די ערשטע סימנים פֿון אַ צרה, און בײַם וואָרענען אַנדערע וועגן דער צרה.


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.