No Place Like Home

טילאַפּיע מיט סטרוטשקעס

Tilapia with Green Beans

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

  • Print
  • Share Share

2 לעפֿל מעל

2 לעפֿעלעך צעשניטענער פֿרישער אָרעגאַן

2 לעפֿל צעשניטענע פֿרישע פּעטרישקע

זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק

4 טילאַפּיע־פֿילעען

4 לעפֿל נישט־געזאַלצענע פּוטער

1/2 פֿונט (226 גראַם) דינע סטרוטשקעס

1 ציינדל קנאָבל, צעשניטן

1 טעפּל קאַרש-טאָמאַטן, צעשניטן אויף דער העלפֿט

זאַפֿט פֿון 1 לימענע

1/4 טעפּל וואַסער

עטלעכע צווײַגעלעך אָרעגאַן, צום גאַרנירן

מישט צונויף דאָס מעל, אָרעגאַן און פּעטרישקע אין אַ טעלער. באַזאַלצט און באַפֿעפֿערט עס. הייצט אָן אַ גרויסע פּאַטעלניע איבער אַ מיטעלן פֿײַער.

שלאַמט אָפּ די פֿיש־פֿילעען אינעם מעל־געמיש און טרייסלט אָפּ דאָס איבעריקע מעל.

צעלאָזט 3 לעפֿל פּוטער אין דער פּאַטעלניע. גיט צו 2 פֿילעען און פּרעגלט זיי, ביז זיי ווערן גאָלדן־ברוין פֿון אונטן — בערך 4 מינוט. דרייט זיי איבער און קאָכט זיי נאָך 1־2 מינוט, ביז זיי ווערן גוט דורכגעקאָכט. לייגט זיי אין אַ טעלער און דעקט צו מיט אַ צווייטן טעלער, כּדי זיי זאָלן בלײַבן וואַרעם.

טוט דאָס זעלבע מיט די אַנדערע 2 פֿילעען.

גיט אַרײַן די סטרוטשקעס און קנאָבל אין דער פּאַטעלניע און קאָכט זיי 2 מינוט, מישנדיק כּסדר. באַזאַלצט און באַפֿעפֿערט זיי אַ ביסל. גיט צו די קאַרש־טאָמאַטן און קאָכט זיי, ביז זיי הייבן אָן ווערן ווייך, בערך 1 מינוט. מישט אַרײַן דעם לימענע־זאַפֿט און וואַסער, דעקט צו די פּאַטעלניע, און קאָכט עס ביז די סטרוטשקעס ווערן ווייך, בערך 3 מינוט.

נעמט די פּאַטעלניע אַראָפּ פֿונעם פֿײַער און מישט אַרײַן דעם לעצטן לעפֿל פּוטער.

צעטיילט די פֿיש און גרינסן אין פֿיר טעלער. גאַרנירט זיי מיט פֿרישן אָרעגאַן.


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.