No Place Like Home

פּאַפּירענע קאַווע־פֿילטערס זענען געזינטער

Paper Coffee Filters are Healthier

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

  • Print
  • Share Share
די פּאַפּירענע פֿילטערס (רעכטס) זענען געזינטער ווי די מעטאַלענע

עס זענען דאָ עטלעכע מעלות פֿון ניצן אַ מעטאַלענעם פֿילטער (געמאַכט פֿון שטאָל אָדער גאָלד) אין אײַער קאַווע־קאָכער: ערשטנס, איז עס בעסער פֿאַרן סבֿיבֿה־מצבֿ, ווײַל איר מאַכט אָן ווייניקער מיסט; און צווייטנס, קאָסט עס ווייניקער, ווײַל איר דאַרפֿט נישט קויפֿן כּסדר נײַע פֿילטערס.

די מעטאַלענע פֿילטערס האָבן אָבער אַ חסרון: זיי קאָנען באַדראָען אײַער געזונט, בפֿרט אויב איר לײַדט פֿון אַ הויכן כאָלעסטעראָל.

אין קאַווע געפֿינט זיך אַ סובסטאַנץ, קאַפֿעסטאָל, וואָס קאָן פֿאַרהעכערן דעם פּראָצענט LDL־כאָלעסטעראָל אין אײַער בלוט. קאַפֿעסטאָל געפֿינט זיך אין דעם אייליקן טייל פֿון דער קאַווע. ווען איר מאַכט די קאַווע מיט אַ פּאַפּירענעם פֿילטער, בלײַבט דער קאַפֿעסטאָל אינעם פּאַפּיר און דערגייט נישט צו דער קאַווע. ווען מע ניצט אַ מעטאַלענעם פֿילטער, רינט דער קאַפֿעסטאָל אַרײַן אין דער קאַווע דורך די לעכעלעך פֿונעם פֿילטער.

דער סקאַנדינאַווישער מיטל פֿון קאָכן קאַווע, ווי אויך די טערקישע קאַווע און די פֿראַנצויזישע קאַווע־פּרעסע האָבן אַלע אַ הויכן פּראָצענט קאַפֿעסטאָל.

דעריבער, אויב איר האָט אַ הויכן כאָלעסטעראָל, איז אפֿשר אַ סבֿרא, איר זאָלט מאַכן קאַווע מיט פּאַפּירענע פֿילטערס, אָדער טרינקען צעלאָזלעכע קאַווע.


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.