No Place Like Home

הינדל מיט זיסן זענעפֿט־סאָוס

Sweet Mustard Chicken

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

  • Print
  • Share Share

אויב איר ווילט רעדוצירן דעם פּראָצענט פֿעטס פֿון אײַערע הינדל־רעצעפּטן, נעמט אַראָפּ די הויט איידער איר קאָכט עס. אין דעם ווײַטערדיקן רעצעפּט, וועט אײַך אַפֿילו נישט אויספֿעלן די הויט, ווײַל דער סאָוס איז זייער באַטעמט!

4 גרויסע הינטערחלקים פֿון הינדל (chicken thighs)

2 לעפֿל זענעפֿט

2 לעפֿל דיזשאָנער זענעפֿט

1 ציינדל קנאָבל, צעהאַקט

1/2 לעפֿעלע אָרעגאַן

2 לעפֿל קליאָן־סירעפּ

הייצט אָן דעם אויוון ביז 375 גראַד (190 צעלזיוס).

טיילט אָפּ די הויט פֿון די הינער־שטיקלעך. שווענקט אָפּ די הינטערחלקים און טריקנט זיי אויס, ניצנדיק פּאַפּירענע האַנטעכער.

מישט צונויף די צוויי מינים זענעפֿט, קנאָבל, אָרעגאַן און קליאָן־סירעפּ אין אַ שיסעלע. באַשמירט יעדן הינטערחלק, אויף אַלע זײַטן, מיט בערך 1/2־1 לעפֿל פֿונעם זענעפֿט־געמיש.

לייגט די הינער־שטיקלעך אַרײַן אין אַ גלעזערנעם בעקן און בראָט עס 45־50 מינוט. אויב בײַם שטעכט עס מיט אַ גאָפּל, און דער זאַפֿט, רינט דער זאַפֿט מער נישט אַרויס, איז עס אַ באַווײַז, אַז דאָס הינדל איז גרייט.


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.