No Place Like Home

פֿיזישע טעראַפּיע פּונקט אַזוי גוט ווי כירורגיע

Physical Therapy as Good as Surgery

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

  • Print
  • Share Share

אויב איר האָט צרות מיט אַ קני, זאָלט איר אפֿשר נישט גיין אויף אַן אָפּעראַציע. אַ נײַע שטודיע ווײַזט, אַז פֿיזישע טעראַפּיע קאָן העלפֿן דער פּראָבלעמאַטישער קני פּונקט אַזוי גוט ווי כירורגיע — און עס קאָסט אַ סך ווייניקער.

טעראַפּיע נעמט אַמאָל אַ לאַנגע צײַט ביז מע זעט פּאָזיטיווע רעזולטאַטן, און דערפֿאַר האָבן אַ סך מענטשן ביז איצט פֿאַרלאָזט די טעראַפּיע און געגאַנגען אויף כירורגיע. אָבער די פּאַציענטן, וועלכע האָבן ווײַטער געמאַכט פֿיזישע טעראַפּיע, האָבן במשך פֿון 6 חדשים אָדער אַ יאָר געהאַט די זעלבע פּאָזיטיווע רעזולטאַטן, ווי די מענטשן וואָס מע האָט אויף זיי אָפּערירט.

בערך אַ האַלבער מיליאָן מענטשן באַקומען קני־כירורגיע יעדעס יאָר אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. כירורגיע קאָסט אַרום $5,000, אין פֿאַרגלײַך מיט פֿיזישער טעראַפּיע, וואָס קאָסט, בסך־הכּל, 2,000–$1,000.

איינער פֿון די פּאַציענטן אין דער שטודיע, אַן 68־יאָריקער מאַן, האָט געזאָגט, אַז ער איז צופֿרידן וואָס ער איז נישט געגאַנגען זיך אָפּערירן. „נאָך צוויי וואָכן פֿון פֿיזישער טעראַפּיע, האָב איך זיך שוין געפֿילט בעסער,‟ האָט ער געזאָגט. „הײַנט האָב איך בכלל נישט קיין צרות מיט דער קני, אָבער איך מאַך סײַ ווי די רעקאָמענדירטע געניטונגען עטלעכע מאָל אַ וואָך.‟


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.