No Place Like Home

היימישע רפֿואות

Home Remedies

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

  • Print
  • Share Share

אַנשטאָט תּמיד אײַנצונעמען אַספּירין און אַנדערע מעדיקאַמענטן ווען איר פֿילט זיך נישט גוט, פּרוּווט אויס די ווײַטערדיקע היימישע רפֿואות:

בויכווייטיק: טרינקט אינגבער־טיי. עס וואַרעמט אָן דעם גוף און באַרויִקט דעם מאָגן. זײַט זיכער, אַז ס׳איז געמאַכט פֿון אמתן אינגבער. אָדער מאַכט אײַער אייגענע טיי: צעמאָלט 1/4 טעפּל פֿרישן אינגבער און מישט עס אויס מיט 2 טעפּלעך וואַסער. זידט עס פֿינף מינוט לאַנג. זיפּט אָפּ דעם אינגבער און טרינקט אויס דאָס וואַסער.

האַלדזווייטיק: גיסט אָן אַ גלאָז פֿון 8 אונץ (236 מל) מיט וואַרעם וואַסער (אַזוי וואַרעם ווי איר קענט פֿאַרטראָגן) און מישט אַרײַן, צום ווייניקסטן, 1 לעפֿעלע זאַלץ. גאָרגלט מיט דעם 2 מינוט לאַנג יעדע פּאָר שעה, ביז די סימפּטאָמען פֿאַרשווינדן. אויב דער האַלדז טוט נאָך וויי צוויי טעג שפּעטער, מאַכט אַ באַשטעלונג בײַם דאָקטער צו קאָנטראָלירן צי איר האָט נישט קיין „סטרעפּ‟־אינפֿעקציע.

פֿאַרקילונג: באַשמירט דעם ברוסטקאַסטן מיט באַלזאַם געמאַכט פֿון מינץ אָדער עקאַליפּטוס (מע פֿאַרקויפֿט עס אין ס׳רובֿ אַפּטייקן). דאָס וועט גרינגער מאַכן אַ געשטאָפּטע נאָז און ברוסט. באַשמירט בערך 2 לעפֿעלעך פֿונעם באַלזאַם עטלעכע מאָל אַ טאָג.


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.