No Place Like Home

קענסט מיך הערן?

Can You Hear Me?

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

  • Print
  • Share Share

אַ דאַנק דעם פּראָגרעס אין דער מעדיצינישער טעכנאָלאָגיע, קאָן מען הײַנט אַרײַנשטעלן אַ הער־אַפּאַראַט אונטער דער הויט בײַם אויער פֿון אַ טויבן מענטש און דערבײַ דערמעגלעכן אים צו הערן. בלע״ז רופֿט מען עס אַ cochlear implant.

דער אַפּאַראַט פֿונקציאָנירט אַזוי: אַ קליינטשיקער מיקראָפֿאָן כאַפּט אויף דעם קלאַנג, און טראַנסמיטירט עס צום אַפּאַראַט, וואָס פֿאַרוואַנדלט די דיגיטאַלישע אינפֿאָרמאַציע אין עלעקטרישע סיגנאַלן. די סיגנאַלן סטימולירן די נערוון און שיקן די קלאַנג־אינפֿאָרמאַציע צום מוח.

אויף דער אינטערנעץ האָט זיך פֿאַרשפּרייט אַ רירנדיקער ווידעאָ פֿון אַן עופֿעלע פֿון אַכט חדשים, מיטן נאָמען דזשאָנאַטאָן, וועלכער האָט באַקומען אַזאַ הער־אַפּאַראַט און דערהערט קלאַנגען צום ערשטן מאָל אין זײַן לעבן. מיר איז געווען ממש אַ פֿאַרגעניגן זיך צוצוקוקן, ווי גליקלעך ס׳איז דאָס קינד, ווען ער דערהערט זײַן מאַמעס קול.

צווישן די הונדערטער מענטשן, וועלכע האָבן קאָמענטירט וועגן דעם ווידעאָ, האָט איינער געמאַכט אַן אינטערעסאַנטע באַמערקונג. „צום גליק, זענען די טאַטע־מאַמע פֿונעם קינד נישט טויב — שרײַבט ער — ווײַל געוויסע טויבע עלטערן, וועלכע האָבן אַ טויב קינד, דערלויבן נישט, אַז מע זאָל אים געבן דעם הער־אַפּאַראַט.‟

דער שרײַבער פֿאַררופֿט זיך אויף אַ געוויסער שיטה בײַ די הײַנטיקע טויבע, וואָס טענהט, אַז דאָס טויב זײַן איז נישט דווקא קיין מום, נאָר אַ מין לעבן־שטייגער, און ס׳וואָלט געשאַפֿן אַ סך צרות פֿאַר טויבע עלטערן, אויב זייער קינד הייבט אָן צו הערן, בעת זיי בלײַבן טויב.

ווי עס איז, איז גוט צו וויסן, אַז דזשאָנאַטאָן וועט איצט קאָנען הערן זײַן מאַמען אַנשטאָט בלויז צו זען איר וואַרעמען שמייכל. דאָס, מיין איך, איז ווערט דאָס גאַנצע געלט.