No Place Like Home

נו, ווי מיינט איר? זאָלן עלטערן קויפֿן בלויז נאַטירלעכע זאַכן פֿאַר זייערע קינדער?

YOUR OPINION: Should Parents Buy Only Natural Products for their Children?

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

  • Print
  • Share Share

געוויסע קינסטלעכע כעמישע שטאָפֿן אין די זאַכן, וואָס מיר ניצן יעדן טאָג — למשל, שפּילעכלעך, פּאַרפֿומען, דעאָדאָראַנטן און פּלאַסטישע פֿלעשער — שטעלן אונדז אין אַ סכּנה פֿון געוויסע מינים ראַק, געבורט־פֿעלערן און פּסיכיאַטרישע פּראָבלעמען, האָט לעצטנס געוואָרנט אַ גרופּע פֿאָרשער פֿון דער „יו־ען‟.

די סובסטאַנצן, וואָס הייסן EDCs און BPAs, זענען אפֿשר אויך שולדיק אין דעם וואָס אַ צאָל מאַנסבילן און פֿרויען האָבן הײַנט שוועריקייטן בײַם האָבן קינדער, האָבן זיי געזאָגט.

עטלעכע לענדער ווי די פֿאַראייניקטע שטאַטן, קאַנאַדע און די לענדער פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, האָבן שוין אָנגענומען געזעצן, וואָס פֿאַרווערן אַ טייל פֿון די סובסטאַנצן אין דער פּראָדוקציע, בפֿרט אין די זאַכן פֿאַר קינדער. אָבער „הונדערטער טויזנטער‟ מענטשן קומען ווײַטער אין קאָנטאַקט מיט אַזוינע שטאָפֿן, און דערווײַל האָט מען זייער ווייניק שטודירט ווי אַזוי דאָס ווירקט אויפֿן גוף פֿון מענטשן און חיות בכלל.

נאָכן איבערגעבן די ידיעה וועגן די קינסטלעכע שטאָפֿן, האָט די נײַעס־וועבזײַט פֿון !Yahoo אָפּגעדרוקט די רעאַקציע פֿון אַ 33־יאָריקער מאַמען אין לאָס־אַנדזשעלעס. מיר גיבן עס דאָ איבער, און ווילן הערן די רעאַקציעס פֿון אונדזערע „פֿאָרווערטס‟־לייענער:

במשך פֿון די ערשטע 28 יאָר פֿון מײַן לעבן, זענען מיר ווייניק אָנגעגאַנגען די כעמישע שטאָפֿן, וואָס איך קום מיט זיי טאָג־טעגלעך אין קאָנטאַקט. אָבער אין יאָר 2008 איז געבוירן געוואָרן מײַן טעכטערל. כ׳האָב אָנגעהויבן לייענען וועגן קינסטלעכע כעמישע סובסטאַנצן אין די זאַכן, וואָס מע פּראָדוצירט פֿאַר קינדער. וואָס מער איך האָב אויסגעפֿאָרשט דעם ענין, אַלץ מער האָב איך אײַנגעזען, אַז די סמאָטשיקעס, שמירעכצן און טרינק־טעפּלעך, וואָס מײַן מיידעלע ניצט, זענען אפֿשר געמאַכט פֿון סובסטאַנצן, וואָס קאָנען גורם זײַן אַ ראַק.

ווי אַ מאַמע פֿון צוויי קינדער אין לאָס־אַנדזשעלעס, ווייס איך גוט, אַז מײַנע קינדער ווערן אַרויסגעשטעלט אויף פֿאַרשידענע געפֿאַרן פֿון דער לופֿט און וואַסער. די שטאָט איז דאָך נישט באַקאַנט פֿאַר איר ריינער לופֿט. אפֿשר וועל איך מיט דער צײַט זיך טאַקע איבערקלײַבן אין אַן אָרט, וואָס איז נישט אַזוי פֿאַרפּעסטיקט. אָבער ביז דעמאָלט, טו איך אַלץ וואָס איך קען, אויסצומײַדן גוף־פּראָדוקטן מיט געפֿערלעכע כעמישע שטאָפֿן. מײַן טאָכטער איז כּמעט 5 יאָר אַלט, און מײַן ייִנגעלע איז ערשט געוואָרן אַ יאָר. איך גלייב מיטן גאַנצן האַרץ, אַז מײַן באַשלוס וועט העלפֿן מײַנע קינדער בלײַבן געזונט.

זינט איך האָב געהאַט מײַן ערשט קינד, ניצט די גאַנצע משפּחה בלויז יענע שאַמפּוס, שמירעכצן און זייפֿן, וואָס האָבן נישט קיין פּאַראַבאַן (paraban) אָדער פּטאַלאַט (phthalate). ווען איך ניץ שוין יאָ עפּעס מיט אַ גוטן ריח, קומט עס בלויז פֿון נאַטירלעכע קוואַלן ווי מאַנדל־אייל. איך קויף נישט קיין זאַכן פֿאַר קינדער, וואָס באַשטייען פֿון פֿאָרמאַלדעהיד (formaldehyde).

איך האָב אויך געביטן דעם אופֿן צו וואַשן וועש. יאָרן לאַנג האָב איך געניצט אַ בלייך־מיטל צו מאַכן די וועש שניי־ווײַס. דערנאָך האָב איך זיך דערוווּסט, אַז באַקסאָדע און עסיק זענען פּונקט אַזוי עפֿעקטיוו. אַנשטאָט די שאַרפֿע רייניקונג־מיטלען ניץ איך הײַנט בלויז יענע, וואָס זענען געמאַכט פֿון געוויקסן. כ׳וויל נישט, אַז די קליידער, וואָס מײַנע קינדער טראָגן, און דאָס וואַסער, אין וועלכן זיי באָדן זיך, זאָלן האָבן אין זיך קינסטלעכע שטאָפֿן. און אַוודאי האַלט איך תּמיד אַן אויג, אַז דער סמאָטשיק אָדער דאָס טעפּל, וואָס איך גיב מײַנע קינדער זאָלן נישט האָבן קיין BPAs.

כ׳וואָלט געקאָנט זיך מאַכן נישט־וויסנדיק וועגן די שטודיעס, וואָס זאָגן, אַז די קינסטלעכע סובסטאַנצן זענען געפֿערלעך. אַ טייל פֿון מײַנע פֿרײַנד האַלטן טאַקע, אַז ס׳איז געפּטרט געלט. איך באַטראַכט עס אָבער ווי אַ גוטע אינוועסטירונג אין מײַן משפּחהס געזונט.