No Place Like Home

מיידלעך קריגן בעסערע צייכנס ווי ייִגלעך אין שול

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

  • Print
  • Share Share

דער עסיי פֿון קריסטינאַ האָף סאָמערס פֿאַראַכטאָגן אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟ שטעלט אַ וויכטיקע פֿראַגע: פֿאַר וואָס גייט עס הײַנט די מיידלעך אַזוי פֿיל בעסער אין שול, ווי די ייִנגלעך?

בדרך־כּלל, ווען מע גיט אַ שטאָטישן עקזאַמען פֿאַר אַלע תּלמידים אין אַ געוויסער שטאָט, קריגן די ייִנגלעך העכערע צייכנס ווי די מיידלעך. פֿון דעסטוועגן, ווען די לערער מאַכן די רעגלמעסיקע באַריכט־קאַרטלעך פֿאַר די עלטערן, באַקומען די ייִנגלעך נידעריקערע צייכנס ווי די מיידלעך; און שפּעטער, גייען ווייניקער בחורים ווי מיידלעך אין אוניווערסיטעט.

פֿאַר וואָס? לויט אַ שטודיע וואָס איז פּובליקירט געוואָרן די פֿאַר­גאַנגענע וואָך אינעם Journal of Human Resources, איז עס אַזוי ווײַל די לערער, אָנהייבנדיק פֿונעם קינדערגאָרטן, רעכענען אַרײַן אַ גוטן אויפֿפֿיר ווי אַ טייל פֿונעם אַלגעמיינעם צייכן — און מיידלעך פֿירן זיך, בדרך־כּלל, אויף בעסער פֿון די ייִנגלעך.

די מחברים פֿון דער שטודיע האָבן אַניליזירט די אינפֿאָרמאַציע פֿון מער ווי 5,800 תּלמידים פֿון די קינדער־גערטנער ביזן פֿיפֿטן קלאַס, און אײַנגעזען, אַז ייִנגלעך פֿון אַלע ראַסעס און בײַ אַלע הויפּט־לימודים האָבן באַקומען נידעריקערע צייכנס ווי מע האָט דערוואַרט, נעמענדיק אין באַטראַכט זייערע רעלאַטיוו הויכע צייכנס אויף די שטאָטישע עקזאַמענס.

די מחברים שרײַבן, אַז די דאָזיקע סתּירה קומט פֿאָר צוליב דעם וואָס די מיידלעך אַנטוויקלען זיך גיכער ווי די ייִנגלעך, און ווי אַ פּועל־יוצא, קענען די מיידלעך אײַנזיצן לענגער, זיך בעסער צוהערן, און אַרבעטן אָן אַן אויפֿזיכט.

דער אונטערשייד צווישן די ייִנגלעך און מיידלעך אין קלאַס איז שוין אַ באַקאַנטע זאַך. אַפֿילו שייקספּיר האָט אין זײַן פּיעסע, As You Like It (פּובליקירט אינעם יאָר 1600) געשריבן וועגן אַן „אומצופֿרידן שול־ייִנגל מיט אַ ביכערזעקל און גלאַנצנדיק פּנים, וועלכער שלעפּט זיך ווי אַ פּאָלע־ראָלע, אָן חשק, אין שול אַרײַן”. אָבער ביז לעצטנס האָבן די ייִנגלעך פֿאָרט מער מצליח געווען אין שול ווי די מיידלעך, צוליב פֿאַרשידענע סיבות: ערשטנס, האָבן משפּחות גיכער אויסגעגעבן געלט פֿאַר דער בילדונג פֿון זייערע זין איידער פֿון די טעכטער, בפֿרט נאָך דער מיטלשול; צווייטנס, האָט די אינדוסטריעלע עקאָנאָמיע געפֿאָדערט פֿיזישע כּוחות, און דריטנס, דער כּסדרדיקער פֿאָראורטייל קעגן פֿרויען בכלל אין כּמעט אַלע פֿאַכן.

אָבער זינט די 1970ער יאָרן, האָבן די עלטערן, בפֿרט די פֿאַרמעגלעכע, אָנגעהויבן אָפּשאַצן דעם מענטשלעכן קאַפּיטאַל פֿון זייערע טעכטער פּונקט אַזוי ווי פֿון זייערע זין. די אוניווערסיטעטן, וווּ ס׳פֿלעגן תּמיד דאָמינירן די ווײַסע מענער, האָבן אָנגעהויבן שטרעבן צו אַ מער פֿאַרשידנאַרטיקער סטודענטנשאַפֿט: מענער און פֿרויען, אָרעם און רײַך, און מענטשן פֿון אַלע ראַסעס. דער איבערגאַנג פֿון אַ פּראָדוקציע־צענטרירטער עקאָנאָמיע (וווּ פֿיזישער כּוח ווערט שטאַרק באַטאָנט) צו אַ באַדינונג־עקאָנאָמיע, באַזירט אויף וויסן און פֿעיִקייטן, האָט אויך צוגעהאָלפֿן די מיידלעך. הײַנט באַטרעפֿן די פֿרויען 60% פֿון די קאָלעדזש־דיפּלאָמירטע אין לאַנד, און גאָר גיך וועלן די פֿרויען אַפֿילו באַקומען מער דאָקטאָראַטן ווי די מענער.

געוויסע מענטשן וועלן טענהן: ”נו, פֿאַר וואָס זאָלן די מיידלעך און פֿרויען נישט געניסן, סוף־כּל־סוף, פֿון זייער עקאָנאָמישער הצלחה?“ איך האַלט אָבער פֿאַרקערט: אויב די ייִנגלעך זענען אומרויִק און קענען זיך נישט קאָנצענטרירן אין קלאַס, אפֿשר זאָלן מיר אויסזוכן מיטלען צו העלפֿן זיי אַרבעטן בעסער? מיט צוואַנציק יאָר צוריק, ווען מיר האָבן באַמערקט, אַז די מיידלעך זענען הינטערשטעליק בײַ וויסנשאַפֿט און מאַטעמאַטיק, האָט מען אַרײַנגעלייגט אַ סך מי און געלט צו העלפֿן זיי מצליח צו זײַן. פֿאַר וואָס זאָלן מיר דאָס איצט נישט טאָן לטובֿת די ייִנגלעך?

שטעלט זיך די פֿראַגע: וואָס קאָן מען טאָן פֿאַר זיי? ערשטנס, קענען מיר נאָכטאָן ענגלאַנד, קאַנאַדע און אויסטראַליע, וווּ מ׳האָט אָנגעהויבן אויספּרוּוון דערציִונג־פּראָגראַמען, וואָס זענען מער צוגעפּאַסט פֿאַר ייִנגלעך: מע לייענט אין קלאַס פֿאַנטאַזיע־ראָמאַנען, ביכער וועגן ספּאָרט, שפּיאָנאַזש און מלחמה; מע מאַכט אָפֿטערע הפֿסקות, וווּ די ייִנגלעך קענען אַרומלויפֿן; מער קלאַסן פֿון בלויז ייִנגלעך, און מע שטעלט אָן מער מענער־לערער.

אמת, די מיידלעך האָבן כּמה יאָרן לאַנג געליטן פֿון דיסקרימינאַציע, אָבער דאָס מיינט נישט, אַז מיר זענען באַרעכטיקט איצט צו לאָזן די ייִנגלעך לײַדן דערפֿון. לאָמיר מאַכן אַ בילדונג־סיסטעם, וואָס העלפֿט ביידע מינים, אויף זייער אייגענעם אופֿן. די נײַע הצלחה פֿון פֿרויען דאַרף נישט פֿאָדערן קיין ירידה פֿון די מענער.


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.