No Place Like Home

געבראָטענע קאַרטאָפֿל

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

  • Print
  • Share Share

די ציבעלע און קנאָבל אין דעם רעצעפּט גיבן צו אַ געשמאַקן טעם און ריח. דעם קנאָבל דאַרפֿט איר אַפֿילו נישט אָפּשיילן. נאָכן אָפּבראָטן, קענט איר עס מיטן גאָפּל אַרויס­קוועטשן פֿונעם שאָלעכץ!

3 פֿונט (1.4 קילאָ) רויטע קליינע קאַרטאָפֿליעס

2 ציבעלעס, צעשניטן אין דינע רעפֿטלעך

12 ציינדלעך קנאָבל, מיטן שאָלעכץ

1/4 טעפּל איילבערט־בוימל

2 לעפֿל דיזשאָנער זענעפֿט

1 לעפֿעלע זאַלץ

1/2 לעפֿעלע שוואַרצער פֿעפֿער

2 לעפֿל צעשניטענע פּעטרישקע

הייצט אָן דעם אויוון ביז 400 גראַד (204 צעלזיוס).

צעשנײַדט יעדן קאַרטאָפֿל אויף פֿערטלעך און שיט זיי אַרײַן אין אַ גרויסער שיסל, אין איינעם מיט דער צעשניטענער ציבעלע און די ציינדלעך קנאָבל.

אין אַ באַזונדער שיסעלע, מישט צונויף דעם בוימל, דיזשאָנער זענעפֿט, זאַלץ און שוואַרצן פֿעפֿער, און באַגיסט דאָס קאַרטאָפֿל־גע­מיש מיטן סאָוס.

גיט עס אַלץ אַרײַן אין אַ גרויסן בעקן, אין איין שיכט. איר וועט אפֿשר דאַרפֿן צוויי בעקנס. דעקט עס צו מיט זילבער־פּאַפּיר און שטעלט עס אַרײַן אין אויוון.

נאָך אַ האַלבער שעה, נעט אַראָפּ דאָס זילבער־פּאַפּיר, מישט די קאַרטאָפֿל גוט אויס, כּדי צו פֿאַרהיטן, אַז זיי זאָלן זיך נישט צוקלעפּן צום בעקן. בראָט עס נאָך אַ האַלבע שעה אָן דעם זילבער־פּאַפּיר, ביז זיי ברוינען זיך צו און ווערן ווייך אינעווייניק. באַשיט עס מיט פּעטרישקע און דערלאַנגט צום טיש.


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.