No Place Like Home

הויפּטקוואַל פֿון פֿאַרסמונג — שאַלאַטן־בלעטער

Lettuce and spinach are the main culprits of food poisoning

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

  • Print
  • Share Share

לויט אַ רעגירונג־שטודיע, זענען שאַלאַטן און שפּי­נאַט־בלעטער די הויפּט־סיבה פֿון שפּײַז־פֿאַרסמונג — אַ פּראָ­בלע­מאַטישער אויספֿיר פֿאַר די געזונט־באַאַמטע, וועלכע פּריידיקן, אַז די אַמעריקאַנער דאַרפֿן עסן אַלץ מער גרינסן.

„ס׳רובֿ פֿונעם עסן וואָס איר קויפֿט אין קראָם, זענען זיכער,‟ האָט דערקלערט ד״ר פּאַטרישאַ גריפֿין, איינע פֿון די מחברים פֿון דער שטודיע. „די רעזולטאַטן פֿון דער שטודיע דאַרפֿן נישט אָפּ­שרעקן מענטשן פֿון עסן גרינסן. געדענקט אָבער, אַז מ׳דאַרף גוט אויסשווענקען אָדער דורכ­צוקאָכן, איידער איר עסט זיי.‟

די רעזולטאַטן פֿון דער שטודיע זענען דינסטיק אַרויסגעלאָזט גע­וואָרן דורכן „צענטער פֿון קראַנ­קייט־קאָנטראָל‟ (CDC).

הגם מער מענטשן זענען קראַנק געוואָרן נאָכן עסן גרינסן, זענען מער מענטשן געשטאָרבן פֿון אַ קאָנ­טאַ­מינירט הינדל, גיט איבער די שטודיע

יעדעס יאָר ווערן בערך 48 מיליאָן מענטשן קראַנק פֿון אַ פֿאַר­סמ­טער שפּײַז, און 3,000 פֿון זיי שטאַרבן, גיט איבער דער CDC.

די נײַע שטודיע דעקט די אינצידענטן פֿון שפּײַז־פֿאַרסמונג צווישן די יאָרן 1998 און 2008. בערך 20% פֿון די קראַנקייטן האָט מען פֿאַרבונדן מיט די גרינע שאַ­לאַטן און שפּינאַט־בלעטער — מער פֿון אַלע אַנדערע שפּײַזן.

דער באַריכט גיט אָנצוהערן, אַז די „שפּײַז־און־מעדיקאַמענטן אַגענטור‟ (FDA) וואָלט געדאַרפֿט צושטעלן מער פּערסאָנאַל דורכ­צוקוקן די פֿרוכטן און גרינסן. מיט עטלעכע וואָכן צוריק האָט די FDA פֿאָרגעלייגט נײַע סטאַנדאַרטן פֿון היגיענע פֿאַר די פֿאַרם־אַרבעטער, און נײַע מיטלען צו רעדוצירן דעם קאָנטאַקט מיט שמוציק וואַסער און מיטן אָפּפֿאַל פֿון חיות.

די CDC-באַאַמטע האָבן דער­קלערט, אַז אַ סך פֿון די קראַנקייטן ווערן פֿאַרשפּרייט דורך די קעכערס און אַנדערע מענטשן, וואָס רירן אָן די גרינסן, נאָך איידער דער קונה קויפֿט זיי. „מיט אַנדערע ווערטער, די קאָנט­אַמינאַציע האָט אַ מאָל אַ גרעסערן שײַכות צו דער קיך אָדער רעס­טאָראַן, איידער מיט דער שפּײַז אַליין,‟ האָט גריפֿין באַטאָנט.


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.