No Place Like Home

קינדער וואָס הייבן אָן רעדן פֿרי ווערן זעלטענער אין כּעס

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

  • Print
  • Share Share

אַ נײַע שטודיע האָט באַוויזן, אַז קינדער וואָס לערנען זיך אויס רעדן בײַ צוויי יאָר דריקן אויס ווייניקער כּעס בײַ פֿיר יאָר, אין פֿאַרגלײַך מיט יענע פֿיר־יאָריקע קינדער, וועלכע זענען אַ ביסל הינטערשטעליק בײַם רעדן, האָט איבערגעגעבן פּאַמעלאַ קאָל, אַ פּסיכאָלאָגיע־פּראָפֿעסאָרין בײַם פּענסילוועניער שטאַט־אוניווערסיטעט און אַ מחברטע פֿון דער שטודיע.

די פֿאָרשער האָבן אָבסערווירט 120 קינדער במשך פֿון דרײַ־און־אַ־האַלב יאָר, אָנהייבנדיק ווען זיי זענען געווען 18 חדשים ביז פֿיר יאָר אַלט. רעגלמעסיק האָט מען געמאַכט טעסטן מיט זיי, כּדי צו דערגיין זייער שפּראַך־קענטעניש, און צו דערגיין ווי אַזוי זיי רעאַגירן אויף פֿרוסטרירנדיקע באַדינגונגען. אין איין טעסט, למשל, האָט מען געגעבן יעדן קינד אַ מתּנה, אָבער געהייסן אים וואַרטן אַכט מינוט עס צו עפֿענען, ביז די מאַמע וועט ענדיקן איר אַרבעט.

די קינדער מיט געניטע שפּראַך־פֿעיִקייטן האָבן גרינגער דורכגעמאַכט דעם טעסט צוליב צוויי סיבות: ערשטנס, האָבן זיי געקאָנט פֿרעגן די מאַמע: „ביסטו שוין פֿאַרטיק?‟ צווייטנס, האָבן זיי געניצט שפּראַך ווי אַ מיטל צו פֿאַרברענגען די צײַט בשעת זיי האָבן געוואַרט אויף דער מאַמען. איין קינד, למשל, האָט במשך פֿון אַ מינוט לאַנג געציילט כּסדר.

„ווען קינדער קאָנען שוין רעדן, קאָנען זיי ניצן ווערטער אַנשטאָט די עמאָציעס צו קאָמוניקירן זייערע באַדערפֿענישן, און קאָנען אויך ניצן די פֿאַנטאַזיע צו פֿאַרברענגען די צײַט, בעת זיי וואַרטן אומגעדולדיק,‟ האָט קאָל געזאָגט.